שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארן אויף מירון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
סיפורי צדיקים, קינדער, ספרים, קברי צדיקים, סגולות, מירון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין ברוך ה' כמעט זעקס יאר חתונה געהאט, אין איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער.


איך בין שוין געווען מיט מיין ווייב ל"ג בעומר אין מירון פאר עטליכע יאר צוריק, און איך האב גרויס חשק צו פארן דאס יאר נאכאמאל קיין מירון אויף ל"ג בעומר, מיין ווייב זאגט מיר אבער אז זי האט מורא צו פארן היי יאר צוליב די מצב המלחמה, און ווי אויך האב איך נישט קיין געלט צו פארן דאס יאר; מיין שאלה איז צי איך זאל זיך אנשטרענגן און בארגן געלט צו פארן אליין אויף ל"ג בעומר קיין מירון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון בר יוחאי אפילו אין שטוב, דורך לערנען די הייליגע ספר זוהר, און מען קען מתפלל זיין אויפן ספר הזוהר און דאס איז אזוי ווי מען איז ביים ציון פונעם צדיק. אזוי זאגט דער הייליגער מאור עינים זכותו יגן עלינו (ישמח לב, מסכת שבת), אז אויב מען לערנט א ספר פון א צדיק - איז כאילו מען איז יעצט ביים צדיק און ער הערט אויס וואס מען בעט.


אלע וואס קומען נישט קיין מירון ל"ג בעומר קענען זיך מקשר זיין צום צדיק דארט וואו זיי זענען - דורך לערנען דעם הייליגן זוהר און תיקוני זוהר, און ווען מען זאגט די הייליגע ווערטער פונעם זוהר בעט מען דעם אייבערשטן אלעס וואס דרוקט אויפן הארץ, אזוי וועט מען זיכער פועל'ן ישועות.


ל"ג בעומר איז מסוגל פאר קינדער, ווייל די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא), א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער. האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט גע'שיכור'ט און געטרינקען, ביז ער איז געפאלן אויף דער ערד טויט שיכור. די פרוי האט געזאגט פאר די משרתים מען זאל אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צומארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!"


זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיך אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.