תוכן השאלה
קודם וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים וואס געבן מיר חיזוק אנצוגיין יעדן טאג!
איך וואוין אין קרית יואל, און פון ווען איך האב אסאך געהערט פונעם ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון ארויפגיין מתפלל זיין ביים ציון פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע, און בכלל וועגן די גרויסקייט פון א ציון פון א צדיק, גיי איך כסדר ארויף צום ציון. כמעט יעדעס מאל וואס איך פאר דורך דארט, אפילו אויב איך האב נאר א מינוט צוויי, גיי איך ארויף דארט מתפלל זיין. און ב"ה אז איך האב שוין געזען אסאך גרויסע ישועות נאך זייענדיג ביים ציון.
איך וויל אבער פרעגן, אז איך האב אסאך מאל מחשבות און ספיקות צי מ'מעג בעטן פונעם צדיק, אדער דארף מען בעטן פונעם אייבערשטן געהאלפן צו ווערן אין זכות פונעם צדיק?
ישראל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ישראל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו גייסט ארויף כסדר צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער; דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוֹת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַ"; דערפאר איז א גרויסע זאך צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ווייל דארט איז א פלאץ וואס די תפילות גייען ארויף אין הימל, אפילו ווען דער מענטש איז נישט ראוי.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פועל'ן דורך תפילה, און דאס איז די שטערקסטע זאך וואס א איד פארמאגט; אויפן פסוק (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב" זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ) אז ווען בלק האט געזען ווי משה רבינו האט גע'הרג'עט עוג מלך הבשן און סיחון מלך האמורי, האט ער געשיקט שלוחים קיין מדין צו פרעגן וואס איז דער כח פון משה רבינו, כדי צו וויסן ווי אזוי מען קען אים בייקומען, אָמְרוּ זִקְנֵי מִדְיָן: "אֵין כּוֹחוֹ אֶלָּא בְּפִיו", האבן די זקני מדין געזאגט אז זיין גאנצער כח איז מיט זיין מויל; אלעס וואס ער דארף, און אלע זיינע נצחונות איז דורך תפילה, האט בלק געזאגט: "אַף אָנוּ נָבוֹא כְּנֶגְדָּם בְּאָדָם שֶׁכּוֹחוֹ בְּפִיו."
ווען מען גייט צו א קבר פון א צדיק בעט מען דעם אייבערשטן: "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם", אז בזכות די צדיקים זאל איך געהאלפן ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.