תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געליינט אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן; "יעצט קומט דער יום טוב פסח, זע צו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע צירונג און נייע קליידער", האב איך אבער געוואלט פרעגן אויב מיין ווייב האלט נישט ביים אנטון די צירונגען, צי איך זאל איך נאך ווייטער קויפן?
איך האב איר שוין אסאך מאל געקויפט מתנות צירונגען, זי נוצט עס אבער קיינמאל נישט. אויסער די אויערינגלעך, ווייל איר מאמע גייט איר אנשרייען אויב זי גייט נישט מיט אויערינגלעך. אויך האב איך איר אסאך מאל געקויפט מתנות טייערע פערפיומס און זי האלט נישט ביים עס נוצן, און די זעלבע מיט מעיקאפ ניצט זי כמעט קיינמאל נישט.
ווען עס וואלט געקומען פון גרויס צניעות, וואלט איך גארנישט געזאגט, אבער למעשה קומט עס פשוט פון נאכגעלאזקייט, וואס קען איך טון צו דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דאס וואס דו זאגסט אז דיין ווייב איז נאכגעלאזט - דאס איז דיין פראבלעם; וואלסטו איר אויפגעבויט, געגעבן גוטע ווערטער און געמוטיגט - וואלט זי נישט געווען נאכגעלאזט.
די ווייב איז א שפיגעלע פונעם מאן, ווי אזוי דער מאן קוקט אויף זיין ווייב - אזוי איז זי; קוקט ער אויף איר ווי א נעבעך, ווי א נאכגעלאזטע - ווערט זי א נאכגעלאזטע, א נעבעך, האט דער מאן שכל, ער קוקט גוט אויף איר, ער געבט איר גוטע ווערטער, ער לויבט איר מיט די שענסטע לויב ווערטער - ווערט זי אויפגעבויט און פרייליך, ווייל אויפן מאן ליגט דער חיוב פרייליך צו מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב, אויפבויען די ווייב, ארויסנעמען פון מוחין דקטנות צו מוחין דגדלות.
הער אויס די עצה פון מוהרא"ש וועסטו זען ווי וואונדער וועט פאסירן, דו זאלסט איר געבן נאר גוטע ווערטער, און מיט חכמה זאלסטו איר זאגן ווי שטארק עס מיינט פאר דיר ווען זי גייט מיט א קייטל, מיט א ברעיסלעט, מיט א שיינע זייגער, און אז זי וועט פון גרויס יאוש צוריק זאגן: "האסט מיך נישט ליב", זאלסטו זאגן: "אודאי האב איך דיך ליב, און נאר ווייל איך האב דיך ליב איז מיר חשוב אז דו גייסט מיט א צירונג", און אז זי וועט עס נישט אננעמען - זאלסטו נישט ווערן אויס מענטש, נאר נאך א טאג צוויי נאכאמאל זאגן ווי סאך עס מיינט פאר דיר, און ווי גוט דו וועסט זיך שפירן אז זי וועט גיין מיט צירונג וכו', וועסטו זען אז זי וועט זיך צאמנעמען און זיך אהערשטעלן פאר דיר.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; מוהרא"ש טייטשט אויס די גמרא, דאס מיינט צו זאגן א מאן וואס בויט אויף די ווייב, ער געבט איר גוטע ווערטער, און מיט סבלנות לערנט ער איר ווי אזוי זיך אנצוטון, און ווי זיך אהערצושטעלן; ווערט זי א כלי, אויפגעבויט מיט אלע מעלות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.