שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען איך נאך תשובה טון אויף מיינע הארבע עבירות?
אומאן, תשובה

תוכן השאלה‎

שלום לרב,


בעבר הרחוק שלי, ובעוונותי הרבים, ביצעתי הפלה. השאלה הוא אם אני נוסעת לרבי נחמן הוא יתקן אותי בעבור אותו החטא?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די עבירה פון "הפלה" איז זייער הארב. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשות שמות, דף ג): "תְּלָתָא אִינּוּן דְּדַחְיָין שְׁכִינְתָּא מֵעָלְמָא, וְגַרְמִין, דְּדִיוּרֵיהּ דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לָא הֲוֵי בְּעָלְמָא, וּבְנִי נָשָׁא צַוְוחִין וְלָא אִשְׁתְּמַע קַלֵּיהוֹן", וועגן דריי עבירות גייט די שכינה אוועק פון אידישע קינדער און דאס איז גורם אז עס זאל זיין צרות אויף דער וועלט. און אפילו מענטשן שרייען פון זייערע צרות ווערן זיי נישט געענטפערט. דער זוהר רעכנט אויס דריי עבירות וואס ברענגען צרות אויף די וועלט און דער דריטע עבירה וואס דער זוהר רעכנט אויס איז "מַאן דְּקָטִיל בְּנוֹי, הַהוּא עוֹבָּרָא דְּמִתְעַבְּרָא אִתְּתֵיהּ, וְגָרִים לְקַטָלָא לֵיהּ בִּמְעָהָא, דְּסָתִיר בִּנְיָינָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וְאוּמָנוּתָא דִּילֵיהּ", אויב איינער הרג'ט זיין קינד וכו', "וַוי לְהַהוּא בַּר נָשׁ, וַוי לֵיהּ, טָב לֵיהּ דְּלָא יִתְבְּרֵי בְּעָלְמָא", וויי פאר דעם מענטש.


אבער וויסן זאלט איר אז עס איז נישט דא אן עבירה וואס מען קען נישט תשובה טון דערויף, דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים. ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א בעל תשובה עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", אפילו צדיקים קומען נישט אן אזוי הויך ווי א בעל תשובה קומט אן.


דער עיקר תשובה איז ווען א מענטש איז זיך מתודה זיין פארן אייבערשטן און פארציילט אלעס פארן אייבערשטן בפרטי פרטיות. ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", דאס רשעות פונעם מענטש טוט אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן, ער פארציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א): "כָּל מִצְוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה, בֵּין עֲשֵׂה בֵּין לֹא תַעֲשֶׂה, אִם עָבַר אָדָם עַל אַחַת מֵהֶן, בֵּין בְּזָדוֹן בֵּין בִּשְׁגָגָה, כְּשֶׁיַּעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה וְיָשׁוּב מֵחֶטְאוֹ חַיָיב לְהִתְוַדּוֹת לִפְנֵי הָאֵל בָּרוּך הוּא, שֶׁנֶּאֱמַר (במדבר ה, ו): אִישׁ אוֹ אִשָּׁה כִּי יַעֲשׂוּ מִכָּל חַטֹּאת הָאָדָם וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם. כֵּיצַד מִתְוַודִין? אוֹמֵר: 'אָנָּא הַשֵׁם, חָטָאתִי, עָוִיתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וְכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבּוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשֵׂי, וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶּה'. וְזֶהוּ עִקָּרוֹ שֶׁל וִידוּי"; און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה, הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס איז זיך אסאך מתוודה, דער איז געלויבט.


אודאי אויב איר קענט פארן צום רבינ'ס ציון קיין אומאן איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם; דער רבי האט צוגעזאגט ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין אומאן און וועט געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות און זאגן דעם תיקון הכללי (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו" וועט ער אים ארויס נעמען פון  שאול תחתית.


דערפאר אז איר ווילט פארעכטן אייערע מעשים, זאלט איר פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון און איר זאלט מקיים זיין וואס דער רבי האט געזאגט. איר זאלט דארט זאגן דעם תיקון הכללי און זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן אויף אייערע שלעכטע מעשים, וועט איר זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין תשובה צו טון.