שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך קען נישט מיין טאטע, כ'דארף חיזוק צו רעדן צו אים
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן אמאל פאר'ן ראש ישיבה אז מיינע עלטערן זענען שוין גע'גט פאר 11 יאר, איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין מאמע, און בכלל נישט געקענט מיין טאטע.


דער ראש ישיבה האט מיר צוריק געשריבן אז איך דארף רעדן מיט ביידע עלטערן, דאס האט מיר זייער מחזק געווען און איך פרוביר דאס טאקע צו טון, איך דארף אבער נאך חיזוק אויף דעם, ס'איז מיר נאכאלץ שווער צו רעדן מיט דעם מענטש און טראכטן אז ער איז טאקע מיין טאטע.


יישר כח פאר אלע בריוו און שיעורים, איך האב זיך אויסגעלערנט אזויפיל גוטע זאכן וואס איך האב אין מיין לעבן קיינמאל נישט געוואוסט, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז געקומען א פרוי מיט איר זון א בחור צום גרויסן צדיק רבי ישראל אבוחצירא זכותו יגן עלינו (דער באבא סאלי), זי האט זיך אויסגעגאסן איר הארץ פאר אים: "מיין זון מאכט מיר צרות אין שטוב; ער שרייט אויף מיר, ער שלאגט מיר, איך האלט מער נישט אויס פון אים!" האט דער הייליגער באבא סאלי זי"ע אנגעהויבן צו וויינען: "איי איי איי ווען איך וואלט ווען געהאט א מאמע, וואס וואלט איך געטון פאר איר? איך וואלט געגאנגען שפאצירן מיט איר, איך וואלט געגאנגען איינקויפן פאר איר וואס זי דארף, איך וואלט איר מכבד געווען", אזוי האט ער געוויינט א לאנגע צייט; ער האט געוויינט מיט אזא תמימות ופשיטות אז דאס האט געמאכט א מורא'דיגע רושם אויף דעם בחור, ביז דער בחור האט אנגעהויבן מיט צו וויינען מיט אים. צום סוף האט ער צוגעזאגט אז ער גייט זיך אכטונג געבן און מער נישט מצער זיין די מאמע.


ווען מען הערט אזא מעשה דארפן מיר אלע מיט וויינען און זיך פרעגן: 'ווי אזוי פירן מיר זיך אויף צו אונזערע עלטערן?' און זיך פארנעמען אז מיר וועלן אכטונג געבן אויף אונזערע עלטערן, מיר וועלן זיי מכבד זיין און רעדן מיט זיי שיינערהייט.


דאס וואס דו זאגסט אז דו האסט נישט קיין געפיל צו רעדן מיט דיין טאטע ווייל שוין לאנגע יארן וואס דו האסט אים נישט געזען און נישט גערעדט מיט אים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עד): "לִפְעָמִים אֵין לְהָאָדָם שׁוּם הִתְלַהֲבוּת בְּהַתְּפִלָּה", ווען א מענטש זעט אז ער האט נישט קיין שום חשק צו דאווענען דארף ער זיך מאכן א חשק און א ברען, אזוי ווי מען זעט אז א מענטש מאכט זיך ווי ער איז ברוגז, 'מען שניצט זיך א רוגז' און נאכדעם ווערט ער טאקע ברוגז, אזוי דארף מען זיך מאכן א חשק צו דאווענען. מען מאכט זיך ווי מען האלט דערביי און נאכדעם האלט מען שוין טאקע ביים דאווענען; פירט דער רבי אויס דעם שיחה: "וְעֵצָה זֹאת הִיא עֵצָה גְּדוֹלָה מְאֹד גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה, שֶׁבִּתְחִלָּה צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא לָהוּט אַחַר אוֹתוֹ הַדָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה וְאַחַר־כָּךְ זוֹכִין בֶּאֱמֶת לָזֶה. וְהָבֵן מְאֹד", דאס איז אן עצה פאר יעדע דבר שבקדושה, אין אנהייב דארף מען זיך מאכן א חשק אפילו מען האט באמת נישט קיין חשק, ביז מען איז זוכה צו שפירן א טעם אין די עבודה וואס מען טוט.


שטעל דיר פאר אז א מענטש וועט זאגן 'איך לייג נישט קיין תפילין ווי לאנג איך האב א געפיל דערצו'; עס איז נישט דא אזא זאך. מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער האט געהייסן - נישט קיין חילוק צי מען האט א געפיל צי מען האט נישט קיין געפיל. דאס זעלבע ווען עס קומט צו מכבד זיין טאטע מאמע דארף מען זיי מכבד זיין אפילו מען האט נישט קיין חשק צו דעם און עס קומט אן שווער. קודם מאכט מען זיך ווי מען וויל רעדן, מען מאכט זיך כאילו מען האט א געשמאק וכו', ביז דער אייבערשטער העלפט אז מען ווערט צוריק פאראייניגט מיט טאטע מאמע. וואויל איז פאר דעם וואס לייגט אוועק זיינע באקוועמליכקייטן כדי צו מכבד זיין זיינע עלטערן, אין דעם זכות וועט ער זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות, פון מחלוקת און קריגערייען. משיח זאל שוין קומען און מאכן שלום אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כג): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא" וגו', "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם".