תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א מזל טוב צו די חתונה פון אייער זון, און נאך א מזל טוב פאר'ן ניי געבוירענעם קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך נחת מיט השפעות לרוב, וכל מילי דמיטב.
אין אייער זכות, און אין זכות פון מוהרא"ש, האב איך זוכה געווען אנצוהויבן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.
ווער עס האט נאכנישט געשפירט דעם געשמאקן טעם, איז בכלל נישטא וואס צו רעדן מיט אים. איידער מ'הויבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד זעט עס אויס ווי א קינדער שפיל, ווען מ'הויבט אבער אן צו לערנען אויף דעם וועג, הויבט מען פלוצלינג אן צו שפירן די זיסקייט פון הייליגע תורה, מ'שפירט א נאנטקייט צום אייבערשטן, מ'באקומט יראת שמים און אהבת ה'. און נאכדעם איז שוין נישטא וואס זיך צו טענה'ען איבער דעם בכלל.
איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'ענדיגט א מסכתא אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און מ'האט פארשטאנען נאר פופציג פראצענט פון די גמרא, ווערט דאס גערעכנט פאר א געהעריגע סיום אז מ'זאל קענען דערמיט עסן פלייש אין די ניין טעג.
איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער, און דער אייבערשטער זאל אייך געבן אלעס גוטס אין לעבן.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס אז ממש אזוי ווי דו שרייבסט, בעפאר מען הייבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) זעט אויס דאס זאגן משניות און גמרא פאר'ן מענטש ווי א 'קינדער שפיל', אבער איינמאל מען הייבט אן לערנען אויף דעם וועג ווערט ממש ביטול הבחירה; מען ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, מען באקומט יראת שמים און אהבת השם יתברך.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין – דעם קען מען שוין נישט אפנארן"; דאס גייט ארויף אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אז ווי נאר מען הייבט אן טועם זיין פון דעם סדר אין לערנען; מען הייבט אן זאגן משניות כסדרן, א פרק נאך א פרק און אזוי אויך בלימוד גמרא, מען הייבט אן גורס זיין בלעטער גמרא - דעם מענטש קען מען שוין נישט אפנארן נאכדעם וואס ער האט שוין פארזיכט פונעם יין המשומר, אזא מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות און הוכחות צי דאס הייסט יא געלערנט אדער נישט; צי עס איז יא דעם רבינ'ס זאך אדער נישט, דעם מענטש אינטערעסירט שוין גארנישט, ער וויל לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה.
אויף דיין שאלה צי מען קען מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסן פלייש אויב מען האט געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, מען האט גורס געווען גמרא און פארשטאנען נאר פופציג פראצענט; אודאי הייסט דאס א סיום און אודאי הייסט דאס געלערנט, אבער עסן פלייש אין די ניין טעג איז נישט כדאי, אפילו ווען מען איז מסיים א מסכתא און מען פארשטייט דאס הונדערט פראצענט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "כדאי הוא בית אלקינו נישט צו עסן קיין פלייש אין די ניין טעג"; אבער מען קען דאס נוצן פאר א סיום.
דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות בכלליות, ובפרטיות - יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג. דעמאלט וועט זיין: "כְּאִילוּ נִבְנֶה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו"; אמן.