שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, ווי אזוי פריש איך זיך אויף?
חתונה, ספיקות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן און איך גיי חתונה האבן אין עטליכע חדשים אי"ה, און איך מוז אייך ארויסשרייבן מיינע געפילן.


איך בין ממש אינגאנצן אויסגעלאשן און איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. איך שפיר נישט קיין טעם אין מיין אידישקייט, אין מיין ציצית און תפלין, און אין גארנישט. איך האב נישט קיין קיין אידישקייט און איך האב נישט קיין גוי'אישקייט, איך בין ממש אן אויסגעלאשענער מענטש. איך האב טאקע נישט קיין סמארטפאן אבער אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל. די איינציגסטע זאך וואס איך האב איז נאר אז מיין מאמע איז א איד, און דעריבער בין איך אויך א איד.


איך ווייס אז מיין איינציגסטע עצה איז נאר צוריק זיך אויפצופרישן און צוריק קומען צום אייבערשטן, איך שפיר אבער נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן, איך זע נישט פארוואס דער אייבערשטער זאל אפילו קוקן אויף מיר, אין די צייט וואס ער האט מיר געגעבן אזויפיל געלעגנהייטן צו זיין וואויל, און איך האב זיי אלע אוועקגעווארפן. פארוואס זאל ער מיר גלייבן אז איך וויל תשובה טון, ווען דער אמת איז דאס וועט בלויז אנהאלטן אפשר פאר עטליכע טעג.


פון אינדרויסן זע איך אויס זייער חשוב, מ'איז מיר אפילו מקנא, ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ וואלט מיר קיינער נישט מקנא געווען, איך בין אויסגעלאשן און צעבראכן, און איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי אויפצולעבן און זיך אויפפרישן.


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו ווייסט אודאי אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו; דערפאר איז יעצט די פאסיגע צייט אז דו זאלסט אפלאזן אלע דיינע חכמות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און אנהייבן נוצן די עצות פון הייליגן רבי'ן.


וויסן זאלסטו אז די אלע מחשבות וואס דו טראכסט און אלע ספיקות וואס דו האסט - צי דער אייבערשטער דארף דיר יא וכו', דאס איז אלעס בטל ומבוטל כעפרא דארעא, ווייל דער אייבערשטער שטייט און ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריק קערן צו אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יב): "יָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְעוֹלָם פְּתוּחָה לְקַבֵּל שָׁבִים", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז שטענדיג אויסגעשטרעקט צו מקבל זיין מענטשן וואס ווילן תשובה טון, עס איז נישט דא א מענטש וועמען דער אייבערשטער נעמעט נישט צוריק, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט - אויב טוט ער תשובה, ער לאזט אפ זיינע עבירות, איז אים דער אייבערשטער מקבל.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם) אז ווען דער תם האט באקומען דעם בריוו פונעם מלך אז ער וויל רעדן מיט אים, איז ער גלייך געלאפן צום קעניג אן קיין חכמות און אן קיין ספיקות, מה שאין כן דער חכם ווען ער האט באקומען דעם בריוו פונעם קעניג אז דער קעניג וויל רעדן מיט אים, האט ער אנגעהויבן מיט כפירה; קודם האט ער געזאגט "ווי אזוי קען זיין אז דער קעניג - וואס דאס איז דער אייבערשטער - וויל רעדן צו מיר?! איך בין דאך אזא קליינטשיגער מענטש, ווי פאסט עס אז אזא גרויסע קעניג זאל מיר דארפן וכו'?!" ביז ער האט אפגעמאכט אז עס איז גאר קיין קעניג נישט דא אויף דער וועלט (עפרא לפומיה).


ווייל דאס איז דער סוף ווען מען גייט מיט די אייגענע חכמות און מען מיינט אז מען איז קלוגער פון די הייליגע חכמים; אז זיי האבן אונז געזאגט אז אפילו א מענטש האט געטון די הארבסטע עבירות קען מען נאך אלץ תשובה טון, דארף מען גלייבן אין דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): " אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; אזוי אויך האט דער רבי געשריגן מיט א הויעך קול (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; ווייל אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן. און אז ער טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, רמז תקלב): אויפן פסוק (הושע יד, ב): " שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ; אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשּׁוּק וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", א מענטש איז מחרף ומגדף דעם אייבערשטן, מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "טו תשובה און איך וועל דיר מוחל זיין"; איז דען דא א גרעסערע עבירה ווי רעדן אויפן אייבערשטן און אים לעסטערן? דאס איז דאך דאס ארגסטע זאך אויף דער וועלט! מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "קום צוריק צו מיר און איך בין דיר מוחל", און נישט נאר איז אים דער אייבערשטער מוחל, נאר דער אייבערשטער געבט אים נאך כבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהילים, מזמור יח): "שֶׁכָּל הָעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה מֵעֲבֵרָה שֶׁבְּיָדוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מוֹסִיף לוֹ כָּבוֹד, וְקוֹרֵא לוֹ שֵׁם חָבִיב".


א איד דארף אנטון תפילין אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין דעם; דאס איז די לעבן פון א איד. מען דארף גיין מיט ציצית נישט ווייל מען שפירט א טעם אין טעם, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


דו שרייבסט: "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך, אז איך בין א איד"; א איד דארף גארנישט מער פון דעם, און מיט דעם אליינס קען מען זיך שוין מחי' זיין א גאנץ לעבן. זינג צום אייבערשטן: "געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער אז איך בין א איד; ברוך ה' אז א גוי בין איך נישט".


דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) האט זיך נישט געהאט מיט וואס מחזק זיין נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך וואס מיר זענען טאקע גארנישט, דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: "ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד".


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך אז איך בין א איד"; ווייל אז דו וועסט זיך פרייען מיט דעם נקודה וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה און דו וועסט זוכה זיין אויפצובויען א בית נאמן בישראל.