תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב ב"ה א פיינער מאן, ער ברענגט אהיים געלט פאר אלעס וואס פעלט אויס, אבער עס שטערט מיר אז ער מאכט מיר אסאך משוגע און הייסט מיר טון זאכן אינדערהיים פאר אים וואס איך האב נישט ליב.
מיר האבן טאקע נישט קיין גרויסע קינדער, אבער איך פיל ווי פארקנעכטעט צו אים אז איך מוז זיך אנטון און זיך אויפפירן אינדערהיים פונקטליך לויט זיין געשמאק, און זיך אינגאנצן צושטעלן צו זיינע פארלאנגען.
מוז איך עס טאקע טון? אדער אויב ס'איז א זאך וואס איך מיין ס'איז נישט נארמאל מעג איך אים זאגן אז איך וויל דאס נישט טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
נישט אלעס קען מען שרייבן, בפרט ווען מען הערט נישט ביידע צדדים; מיט דעם אלעם וועל איך אייך ענטפערן אין קורצן.
שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; מען דארף וויסן און געדענקען אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די נסיונות זענען זייער גרויס, די פריצות אויפן גאס איז געפערליך און מען קען זייער גרינג דורכפאלן אין הארבע עבירות. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און אייביג זיין גרייט פאר איר מאן; ווען דער מאן זעט אז זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים און איז מיט אים אלעמאל, וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.
דאס וואס איר שפירט זיך פארקנעכטעט וכו'; די בעסטע זאך איז אז איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן און אים מסביר וואס באדערט אייך, אז א פאר-פאלק ווילן האבן 'שלום בית' דארף מען זיך ארויס רעדן איינער דעם צווייטן, נישט דער מאן קען באצווינגען די ווייב און נישט די ווייב קען באצווינגען דעם מאן; אויב איר שפירט זיך פארקנעכטעט זאלט איר אים דאס זאגן שיינערהייט, אפשר ווייסט ער פשוט נישט ווי אזוי צו רעדן.
בנוגע וואס ער פארלאנגט פון אייך וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס טוט רצון בעלה, זי איז שטענדיג גרייט פארן מאן וכו', דאס הייסט אן ערליכע פרוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר א מאן"; דארף א פרוי זען אויסצוניצן איר חכמה אויפצובויען איר שטוב.
אין די וועלט איז אנגענומען אז דער מאן דארף זיין דער וואס הייבט אן געבן ליבשאפט פאר די פרוי און דערנאך געבט די פרוי צוריק ליבשאפט, אבער ווען א פרוי נוצט איר שכל וועט זי נישט ווארטן אז דער מאן זאל איר געבן ליבשאפט און ערשט נאכדעם וועט זי צוריק ווייזן ליבשאפט, נאר פארקערט - זי וועט ערשט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.