געלויבט דעם אויבערשטן אז די "טשערידי" קאמפיינס פון די לעצטע יארן זענען געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה. די קאמפיינס זענען ברוך השם געווען א שטארקע הילף פאר דער ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פון אויפשטעלן מוסדות החינוך, צו מחנך זיין די קומענדיגע דורות אויפן ערליכן וועג ווי דער הייליגער רבי זי"ע האט אונז געלערנט אויף די יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז אוועק געשטעלט, אזוי אויך מיט די ארבעט פון פארשפרייטן דאס לעכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן אויף דער גאנצער וועלט.
היי יאר מאכט מען בעזרת השם יתברך א פרישע קאמפיין, אבער דאס מאל מיט פילע חידושים און נייע געדאנקען. דער נאמען פונעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" - רעדט שוין פאר זיך אליינס. 
ווי יעדער זעט גייען די שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א אריין צוביסלעך אין די וועלט מער און מער, און זייט פאריאר ביי די פרוטה'לעך קאמפיין איז די נאמען פון די הייליגע מוסדות שוין געווארן נאך אסאך מער באקאנט. הונדעטער טויזענטער מענטשן פון איבער דער גאנצער וועלט האלטן מיט די דרשות און שיעורים פון ישיבה וואס ווערן פארשפרייט אויף אלע סארטן וועגן, אידן הייבן אן צו לעבן מיט די עצות און חיזוק וואס מען הערט פון דער ראש ישיבה שליט"א.
פילע וואס האבן בכלל נישט געוואוסט פון ברסלב צו זאגן, אדער וואס האבן גאר געהאט א אנדערע סארט רושם אויף ברסלב - ווייסן שוין היינט דער אמת וואס ברסלב איז, און שפירן אז זייער לעבן איז אינגאנצן געטוישט געווארן צום גוטן אין זכות פון די שיעורים און דרשות פון דער ראש ישיבה שליט"א.
עס איז נישט מעגליך צו ציילן וויפיל אידן האבן אנגעהויבן באקומען א פערזענליכן קשר מיטן אייבערשטן; וויפיל אידן האבן אנגעהויבן זיך צו פרייען מיט זייערע אידישקייט, און זייער דאווענען און תורה ומצוות האבן אנגעהויבן צו לייכטן ביי זיי; ווער קען ציילן וויפיל פסוקים חומש, פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען דורכגעלערענט געווארן דורך די חיזוק וואס זיי האבן באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א; וויפיל אידישע שטובער האבן אנגעהויבן צו בליען און שיינען פון ווען די עלטערן האבן באקומען א געפיל איינע צום צווייטן ווען זיי האבן "פריש חתונה געהאט" דורך די שכל פון די שיעורים; וויאזוי קען מען שאצן וויפיל תפילות און תהלים זענען געזאגט געווארן דורך אומצאליגע מענער פרויען און קינדער; ווער ווייסט וויפיל אידישע נשמות זענען געראטעוועט געווארן פון שאול תחתית און פון נישט ערליכע מענטשן - דורך די וואכזאמקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געגעבן; אפילו מען וועט שרייבן פאר גאנצע טעג און וואכן וועט מען נישט קענען אויסצורעכענען אויפן שפיץ גאפל די גרויסע זכותים וואס מען קויפט זיך איין דורכן שטיצן די הייליגע ישיבה.
די אלע וואס האבן נאר אמאל געטרינקען פון די "אונגארישע וויין" וועלן זיכער פארשטיין דאס וויכטיגקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות, און וועלן זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות ארויסצוהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגייין אין זיין וועג אריין צו בלאזן פרישע לופט פון חיזוק און עצות אין אונז אלע.
מיטן אראפנעמען די פינאנציעלע עול פונעם ראש ישיבה שליט"א און מנדב זיין געלט אויסצוהאלטן די ישיבה און מוסדות החינוך וועלן מיר זייער שטארק ארויסהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער פירן די מוסדות מיט א רואיגקייט און יישוב הדעת און מיר וועלן אלע הנאה האבן ווייטער פון די אלע שיעורים און דרשות עצות און חיזוק וואס וועט אונז העלפן האבן א שיינע לעבן.
יעצט איז די צייט אז יעדע וואס שפירט הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א זאל נעמען א "ציל" וויפיל געלט זיי ווילן אויפטרייבן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פון זייערע קרובים און באקאנטע, דרוקט דא און פילט אויס דעם פארם צו פארמירן אייער "טעים".
דער איצטיגער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" וועט אי"ה לויפן כ"ז כ"ח און כ"ט סיון (מאנטאג דינסטאג און מיטוואך קרח) הבעל"ט.
און יעצט קומען מיר צו צו די גרויסע חידושים פונעם היי יעריגן קאמפיין: צום ערשט וועלן אלע וואס גרייכן דעם ציל פון פינף טויזנט דאלער האבן די געלעגענהייט מיטצופארן אויף א היסטארישע נסיעה קיין אייראפע מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן יאר חודש כסלו תשפ"ב.
באזונדער גרייט מען זיך צום גאר רייכן דינער וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין וואס בלויז מיט'ן מאכן א טיעם וועט מען באקומען אן איינטריט טיקעט בחנם. (רעגולער פרייז איז $250)
דער רייכער אווענט וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם גרויסן "דאבל טרי הילטאן האטעל" אין פעירפיעלד ניו דזשערסי, דער אווענט וועט זיך אנהייבן אום 6:00 אווענט, ווי עס וועט סערווירט ווערן גאר א ברייטע און געשמאקע מאלצייט און וועט באגלייט ווערן מיט באקאנטע זינגערס ווי ליפא שמעלצער, חיים מאיר ערפס און די שירה כאר, און מיט זיי וועט מיטשפילן דער באקאנטער בענד פון מענדי הערשקאוויטש. די עסקנים אנטשפרעכן א גאר רייכער פראגראם וואס לוינט זיך צו קומען.
 
📸  מען גרייט זיך צום גרויסן אווענט "א וועלט פון חיזוק"
🎞️ הכרת הטוב פאר די וואס האבן געהאלפן די קאמפיינס
🎞️ פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין - טיי אווענטס
📸 מען פארקויפט די ראפעל לטובת מוסדותינו הקדושים אין ביהמ"ד שומר שבת אין בארא פארק
🎞️ ליפא שמעלצער נעמט זיך אונטער צו ענדיגן שיחת הר"ן ביזן קאמפיין אווענט
🔗 צו פארמירן אייער "טעים"
📜 יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין
📸 די "הארץ קאמפיין" - א מיטינג מיט "טשערידי דאט קאם"
📰 "מיין לעבן" קאמפיין - תשע"ט
📰 "פרוטה'לעך קאמפיין" - תש"פ
 
🎦 הערליכע שפיל דורך די תלמידים