מכתב יומי
ב אדר תשפ
February 27 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נעם דעם רבינ'ס עצה וועסטו קענען ארויסקריכן פון דיין בלאטע. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וועט אים די תורה ארויסשלעפן פון זיין בלאטע".
דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות חכירות וקבלנות, הלכה ב, אות יב): "וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁנָּפַל לְמָקוֹם שֶׁנָּפַל", אפילו ווער עס איז אראפ געפאלן אין שאול תחתית חס ושלום "וְהוּא רָחוֹק מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי מַעֲשָׂיו הָרָעִים", און האט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן דורך זיינע שלעכטע מעשים, "אַף־עַל־פִּי־כֵן יָכוֹל לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ, בְּקַל, עַל־יְדֵי לִמּוּד הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", קען ער דורך די תורה גרינג צוריק קומען צום אייבערשטן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ לְמִי שֶׁהוּא בְּעִמְקֵי הַקְּלִפּוֹת, בַּשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם. וּמְעוֹרֶרֶת אוֹתוֹ וּמְקָרֶבֶת אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ", ווייל די תורה וועקט אויף דעם מענטש, ווי ווייט ער זאל נאר זיין אפילו ער ליגט אין די טיפסטע בלאטע - ער זאל צוריק קומען צו די קדושה, "וְהַכְּלָל, שֶׁהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ בְּעִמְקֵי תְּהוֹם לְעוֹרֵר אֲפִלּוּ אֶת הַפָּחוּת שֶׁבַּפְּחוּתִים, לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ. וְעַל־יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה - יְכוֹלִין לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ אֲפִלּוּ מִשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם".
נעם א משניות און הויב אן לערנען משניות; לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית האסטו פארלוירן דיין מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'. אבער אז מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.