מכתב יומי

ה ניסן תשע"ט

April 10 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב תחי'; די פרויען ארבעטן יעצט ערב יום טוב אזוי שווער אריין צו ברענגען דעם יום טוב פסח בתכלית הכשרות, קוים קוים וואס א אידישע מאמע קען זיך באפארען מיט אירע קינדער סתם א טאג, איז דאך זיכער אז יעצט אין די ערב פסח טעג דארפן זיי אסאך חיזוק און עידוד זיי זאלן נישט צוזאמפאלן פון די שווערע ארבעט.


בעט איך דיר זייער, העלף ארויס דיין ווייב. לייג די ערשטע זאך אויף דיין ליסטע וואס דו דארפסט טון: "דיין ווייב"; אנשטאט זיצן מיט חברים וואס וועלן דיר גארנישט געבן אין לעבן, זיי וועלן זיין די ערשטע וואס וועלן דיר באגראבן, גיי ענדערש אהיים און העלף דיין ווייב.


בארעכן זיך, סוף כל סוף האט דיר דער אייבערשטער געגעבן דיין ווייב א מתנה פאר דיר; זי איז דיין ווייב, זי זארגט פאר דיר, זי וועט בלייבן מיט דיר און זי וועט דיר העלפן אויפצוען דיינע קינדער לתורה, לחופה ולמעשים טובים, זאלסטו רחמנות האבן אויף איר און איר העלפן.


נעכטן בין איך געווען מנחם אבל זיין די עלטערן פון אונזער זיסער חבר שמעי עליו השלום; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען מען גייט מנחם אבל זיין הערט מען ווי מען רעדט שבחים אויפן נפטר, זאכן וואס מען הערט נישט אין שול וכו'; מען רימט אים אויס אויף זאכן וואס בחיים חיותו לאכט מען דערפון. מען הערט למשל ווי מען זאגט: 'דיין טאטע פלעגט זאגן תהילים מיט א שטארקע תמימות'; 'דיין טאטע פלעגט שטענדיג בענטשן אינעווייניג אין א בענטשער, ער פלעגט מקפיד זיין צו קישן די מזוזה וכו' וכו''; מען איז זיך אזוי מחי' מיט יעדע קליינע ווארט וואס מען רעדט אויפן נפטר"; דאס האב איך געהערט נעכטן פונעם טאטע'ן פון אונזער חבר שמעי עליו השלום. ער האט דערציילט אז שמעי עליו השלום האט יעדע נאכט געליינט קריאת שמע של אריז"ל און זיך מתודה געווען יעדע נאכט; ער איז נישט אריין אין בעט פאר'ן ליינען קריאת שמע. אויך פלעגט ער שטענדיג מקפיד זיין אויף מקוה; אפילו ער האט נישט געקענט גיין אין מקוה, ער איז דאך נעבעך געווען צוגעבינדן לכרעי המטה זיין גאנץ לעבן, דאך האט ער מקפיד געווען אויף ט' קבין וואס איז פאר א חולה ווי מקוה. ער האט געבען די וואס פלעגן אים משמש זיין אז מען זאל אים לייגן אין שויער פאר אפאר מינוט ער זאל זיך קענען מטהר זיין.


אזוי אויך האט ער יעדן טאג מקפיד געווען צו לערנען זיינע שיעורים; אפילו יעצט ווען ער איז געווען אין שפיטאל האט ער געבעטן אז ער וויל לייגן תפילין. אלע האבן אים געזאגט: "שמעי, דו ביסט פטור לויט אלע שיטות פון אנטון תפילין", דאך האט ער זיך געבעטן אז ער וויל אנטון תפילין; דאס איז געווען זיין חיות.


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., וועק זיך אויף פון דיין טיפע שלאף און זע זיך אויך אנצוגרייטן גוטע זאכן; כאפ אריין א פרק משניות ווען דו קענסט, אנשטאט קוקן אין טעלעפאון, אנשטאט קוקן סטערע"ס - זאכן וואס וועט דיר נישט העלפן און גארנישט געבן אין לעבן, נעם ענדערש א משניות; האלט מיט דיר א קליינע משניות און ווען דו האסט א מינוט זאלסטו זאגן א משנה.


געדענק וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו.): "אֶחָד מִבְּנֵי חֲבוּרָה שֶׁמֵּת", ווען א חבר גייט אוועק פון די וועלט, "תִּדְאַג כָּל הַחֲבוּרָה כֻּלָּהּ", זאלן אלע חברים זיך מאכן א חשבון הנפש; אריין טראכטן אז סוף כל סוף וועלן אלע דארפן אוועק גיין פון די וועלט, אלע וועלן מיר דארפן איבערלאזן די וועלט און דעמאלט וועט גארנישט נוצן, נאר די תורה, מצוות און מעשים טובים וואס מען האט זיך אנגעגרייט - דאס וועט איבערבלייבן.


ביי די לויה האב איך געהאט א ספק צי איך זאל בלייבן ביי די לויה אדער גיין זיך באטייליגן ביי א שמחה; מיין שוועסטער תחי' האט בר מצוה געמאכט מאנטאג נאכט אין לעיקוואד, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון און איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר אריין שיינען וואס צו טון, ביז איך האב זיך דערמאנט וואס שלמה המלך - דער חכם מכל אדם - זאגט (קהלת ז, ב): "טוֹב לָלֶכֶת אֶל בֵּית אֵבֶל מִלֶּכֶת אֶל בֵּית מִשְׁתֶּה", עס איז בעסער צו גיין צו א לויה ווי איידער צו גיין צו א פלאץ וואו מען עסט און טרינקט, "בַּאֲשֶׁר הוּא סוֹף כָּל הָאָדָם", ווייל דאס איז דער סוף פון יעדן איינעם, "וְהַחַי יִתֵּן אֶל לִבּוֹ", אזוי וועט מען געדענקען אז די וועלט איז נאר א דורכגאנג אנצוקומען צו יענע וועלט; ווייל קיינער ווייסט נישט ווען מען גייט אים רופן ארויף צו קומען, אבער דאס איז זיכער אז מיר אלע וועלן זיך דארפן צוריק קערן איין טאג, אזוי ווי דער פסוק זאגט (בראשית ג, יט): "כִּי עָפָר אַתָּה וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", פון ערד ווערט דער מענטש באשאפן און דער סוף איז אז מען וועט מוזן צוריק גיין צו די ערד; איז אז עס האט פאסירט מיט אונזער זיסער שמעי עליו השלום אז ער איז נפטר געווארן דארפן מיר אלע תשובה טון און טראכטן נאך אביסל קומט אונזער צייט וכו'.


איך ווארט צו הערן פון דיר מיט אזא בענקעניש, איך ווארט דיר צו זען אדער כאטשיג זען א בריוו פון דיר; איך וויל הערן צי דו לערנסט נאך, צי דו גייסט נאך אן. וויסן זאלסטו אז מען מוז זיך האלטן מיט אנשי שלומינו ווייל אליינס בלאנזשעט מען; מען מוז זיך אנכאפן אין רבי'ן און דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען רעדט פון זיינע עצות.


שמעי עליו השלום האט מסיים געווען אפאר מאל ש"ס; מאך זיך א חשבון ווי לאנג דרייסטו זיך אין היכל הקודש, האסטו שוין מסיים געווען איין מאל ש"ס? איך ווייס אז דו וועסט מיר ענטפערן וואס דער תם האט געזאגט פאר'ן חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה, און וואס דארף איך שמועסן פון אנדערע"; וויל איך דיר פרעגן: "האסטו כאטש א ווילן צו מסיים זיין ש"ס? ווילסטו כאטש האבן א ווילן?"


יעצט ווען מיר שטייען פאר אזא הייליגע יום טוב פסח ווען אלע אידן גיין ארויס פון מצרים, פארוואס זאלסטו בלייבן פארשקלאפט פאר פרעה? קום אויך ארויס פון מצרים; קום מיט די ערליכע אידן, קום מיט משה רבינו און קום מקבל זיין די תורה.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו בלייבסט פסח ביי דיר אין שטוב, אפילו דו וועסט נישט עסן אין שטוב - דארפסטו פסח'דיג מאכן דיין גאנצע דירה און איבערדעקן אלע חמצ'דיגע כלים; די טישן, די קאונטערס און די שאפעס, אלעס דארף ווערן צוגעדעקט מען זאל דאס נישט זען. אויב דו ווילסט נוצן דיין קאך פסח, דו ווילסט דארט עסן און טרינקען הייסע זאכן - דארפסטו דאס כשר'ן כהלכה.


מען נוצט נישט פסח קיין חמצ'דיגע געשיר; אפילו האנטוכער און טישטוכער וכו' איז כדאי צו האבן באזונדערע לכבוד פסח, און אפילו די טעפל וואס ליגט אינעם סינק נוצט מען נישט פסח ווייל עס ווערט חמצ'דיג (די נעגל וואסער טעפל קען מען יא נוצן פון א גאנץ יאר ווייל דאס קומט נישט אין בארירונג מיט חמץ); פאר א יונגערמאן ווי דיר וואס דו האסט נאך א קליינע משפחה איז נישט שווער זיך איינצורישן צוביסליך אויף פסח, מען קויפט איין לויט די גרויסקייט פון די משפחה וכו'.


מאך פסח'דיג דיין קאר אז דו זאלסט קענען נוצן דיין קאר חול המועד צו קענען פארברענגען מיט דיין משפחה; ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט און שטופ עס נישט אפ, וואס מען קען שוין טון יעצט איז כדאי שוין יעצט צו טון.


צייכן דיר אן די פאר שאפעס וואס דו גייסט פארקויפן פארן גוי; דארט לייג אריין אלע חמצ'דיגע כלים און מאך א סימן אז דאס פארקויפסטו, און דאס ביסל חמץ וואס דו האסט נאך אין שטוב, סיריעל וכדומה, זאלסטו ארויס ווארפן און פארברענען.


דו שרייבסט מיר: "איך ווייס גארנישט וועגן פסח"; איין זאך דארפסטו וויסן און אריין נעמען אין זיך: "די ריינע אמונה". פסח ווייזט אונז אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט; ער איז אלעס און אלעס איז ער.


די מצריים האבן גענומען פון זייער אפגאט דעם 'טלה'; זיי גלייבן אין מזלות און אין נאטור, דערפאר האט דער אייבערשטער געהייסן שחט'ן דעם 'טלה' צו ווייזן אז עס איז גארנישט דא נאר דער אייבערשטער. אזוי ווי מיר האבן געהאט די וואך אין די גמרא (חולין קלב:) אז רב חסדא זאגט: "כָּל כֹּהֵן שֶׁאֵינוֹ בָּקִי בָּהֶן אֵין נוֹתְנִין לוֹ מַתָּנָה", מען קען נאר געבן די מתנות כהונה פאר א כהן וואס קען אלע הלכות ווי אזוי מען עסט די מתנות כהונה וכו', זאגט אויף דעם די גמרא אז מען פסק'נט נישט אזוי, "דְּתַנְיָא, רַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמֵר, כָּל כֹּהֵן שֶׁאֵינוֹ מוֹדֶה בַּעֲבוֹדָה אֵין לוֹ חֵלֶק בַּכְּהוּנָה", רבי שמעון זאגט אז נאר א כהן וואס גלייבט נישט אז די עבודות אין בית המקדש קומט פונעם אייבערשטן באקומט נישט פון די מתנות; זעט מען אז דער עיקר איז גלייבן אינעם אייבערשטן, גלייבן אז די תורה וואס מיר האבן האט אונז משה רבינו געגעבן פונעם אייבערשטן, דעמאלט באקומט מען שוין אלע מתנות.


האב רחמנות אויף דיין ווייב; שלמה המלך זאגט אונז (משלי יא, יז): א גוטער מענטש איז דער וואס העלפט זיין שטוב - "גֹּמֵל נַפְשׁוֹ אִישׁ חָסֶד", א גוטער מענטש טוט גוטס מיט זיין ווייב און קינדער, "וְעֹכֵר שְׁאֵרוֹ אַכְזָרִי", אבער א שלעכטער מענטש איז אן אכזר פאר זיינע קרובים; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אידישע פרויען וואס שטעלן צו דעם פסח, זיי רייניגן דעם שטוב מיט מסירות נפש ממש, קוים וואס א פרוי האט כח אנצוגיין מיט איר טאג טעגליכן ווירטשאפט סתם אזוי, איז דאך זיכער אז ערב פסח ארבעטן זיי אזוי שווער; בעט איך דיר, האב רחמנות אויף איר און האב רחמנות אויף דיין לעבן, העלף איר, רעדט צו איר שיין וועט דיר גוט זיין.


קויף נישט איין אויף פסח אלע זאכן וואס מען מאכט נאך פון חמץ וכו'; פסח מישט מען זיך נישט, מען עסט נאר פון שטוב.


איך וועל דיר נאך שרייבן אם ירצה ה' שפעטער וועגן פסח, יעצט דארף איך אריין לויפן צו די בחורים; זיי דארפן חיזוק מער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.