מכתב יומי

טו חשון תשע"ט

October 24 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו קויפסט נישט די לאטערי; געב אכטונג פון דעם שפיל, דער רבי האט אונז אנגעזאגט מיר זאל נישט שפילן די לאטערי.


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט, ער האט געהערט פון אנשי שלומינו אז דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפד): דער יצר הרע מאכט אמאל איינעם רייך דורך עפעס א וועג וכו' און מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, יעדער רעדט פון דעם און מען איז אים מקנא, אבער דאס איז אלעס א שפיל צו פארדרייען דעם קאפ פון די מענטשן. דער רבי פירט אויס די שיחה מיט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן מיר זאלן נישט פארדרייט ווערן פון דעם".


מען קען כמעט נישט רעדן מיט מענטשן, אלע שמועסן באשטייט פון איין זאך - געלט געלט און נאכאמאל געלט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה - הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז נעבעך געכאפט אין תאוות ממון, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", מען כאפט נישט אז די געלט הרג'עט דעם מענטש. וואס איז די עצה? דער רבי זאגט נישט דא קיין עצה ארויס צו קריכן פון די תאווה, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה, כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", נאר דורך דער צדיק; אז מען איז אביסל טועם פון הייליגן רבי'ן טראכט מען שוין נישט אזוי סאך פון געלט.


דאס אלעס שרייב איך דיר ווייל די גאנצע שמועס יעצט דרייט זיך ארום דעם לאטערי, ווי גרויס און היסטאריש דער לאטערי איז, און מען טראכט אויך אז אפשר וועט מען געוואונען דעם לאטערי, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל און פרנסה האט מען נאר אז דער אייבערשטער געבט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט געבן פרנסה פארן מענטש נאר דער אייבערשטער אליינס.


ביי מיר איז זייער א גרויסע שמחה אז נאך א בחור איז א חתן געווארן למזל טוב; יעדע שידוך איז ביי מיר א שמחה אבער די שמחה יעצט איז פילפאכיג מער, ווייל דער חתן איז געווען פון די פיר עלסטע קינדער מיט וועם מיר האבן געעפנט די תלמוד תורה.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מיר זענען אריבער ביים עפענען די חדר, וויפיל בלוט איז פארגאסן געווארן ביים עפענען דעם חדר. די עלטערן פון די וואס האבן געשיקט דא די קינדער האבן געוויינט און געשריגן אז עס איז נישט קיין נארמאלע זאך צו נעמען נארמאלע קינדער און זיי אריין לייגן אין א מוסד וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס; קינדער פון אפאר עידזשעס זאלן זיצן צוזאמען וכו'. ווען דער באס פלעגט זיך אפשטעלן אויפנעמען די קינדער האבן אלע שכנים געקוקט אויף אונז מיט רחמנות בליקן, און מיר זענען געווען די פארשעמטע. היינט ווען מיר זעען וואס איז אויסגעוואקסן פון די תלמידים פון אונזער חדר, מיר האבן שוין היינט מלמדים תלמידים פון חדר וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער אמונה ויראת שמים מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, דאנקען מיר דעם אייבערשטן: "עד הנה עזרינו רחמיך ולא עזבינו חסדיך", און מיר בעטן אויף ווייטער: "ואל תטשנו לנצח", מיר זאלן ווייטער מצליח זיין מיט אלע תלמידים ותלמידות, אלע זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות לשם ולתורתו.


אז איך זאל דיר דערציילן וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפענט די חדר וואלסטו מיר ניטאמאל געגלייבט - ובעיקר פון אנשי שלומינו; די מחלוקת וואס איך בין אריבער פון אינדרויסן האט מיר נישט אזוי צעבראכן ווי די מחלוקת וואס איך האב געהאט פון אנשי שלומינו, ווי זיי האבן געלאכט פון מיר ווען איך האב געעפנט די ישיבה. קיינער פון אנשי שלומינו האבן נישט געשיקט די קינדער אין די ישיבה, נאר די פאר חברים וואס זענען געשטאנען מיט מיר.


נאר מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען; איך האב פארמאכט מיינע אויגן און מיינע אויערן און געטון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו טון, מער פון דעם איז מיר נישט אנגעגאנגען און עס גייט מיר נאך אלץ נישט אן, איך טו ווייטער וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


געלויבט דעם אייבערשטן אז די ישיבה גייט אן ביתר שאת וביתר עוז; דער איצטיגער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט א פרישקייט, עס זענען אריין געקומען פרישע מקורבים. זיי ווייסן נישט קיין שום פאליטיק, עס אינטערעסירט זיי גארנישט, נאר איין זאך: "פאלגן דעם הייליגן רבי'ן". זיי הערן מיט דארשט יעדע דיבור פון רבי'ן, דער רבי לעבט ביי זיי, זיי זענען פול מיט חיות.


יעדעס מאל עס קומען פרישע בחורים און פרישע אינגעלייט שטופ איך אריין מיין קאפ צווישן זיי ווייל איך וויל אויך זיין פריש; איך ציטער פון איין זאך: פון זיין אן אלטע ברסלב'ער חסיד, דאס איז די גרעסטע סכנה אין מיינע אויגן. ווען מען ווייסט שוין אלעס, מען קען אלע שיחות און מען איז טויט, אויפגעגעבן, לאכעדיג און פארוואלוולט.


דאס האב איך אינזין יעדעס מאל ביים זאגן תהילים און איך קום אן צום פסוק (תהלים עא, ט): "אַל תַּשְׁלִיכֵנִי לְעֵת זִקְנָה כִּכְלוֹת כֹּחִי אַל תַּעַזְבֵנִי", איך בעט: "הייליגער באשעפער, מאך מיר נישט אלט; איך וויל זיין א פרישער מקורב, איך וויל לעבן מיטן רבי'ן, איך וויל זיך מחי' זיין מיט יעדע שיחה פון רבי'ן, איך וויל נישט זיין אויסגעלאשן".


יארן צוריק איז ארויף געקומען א בחור'ל, ער איז פערצופאל אריין געפאלן דא צו שלש סעודות און ער האט געהערט א דרשה וואס ער האט אין זיין לעבן נישט געהערט, גלייך מוצאי שבת האט ער גענומען א משניות און אנגעהויבן צו טון וואס ער האט געהערט - ער האט געזאגט ח"י פרקים, ער האט אנגעהויבן צו קומען יעדן טאג ביז ער איז אריין געקומען אין ישיבה. האט ער מיר דעמאלט פארציילט אז ער האט אראפגעשריבן זיינע הרגשים וואס ער האט געפילט און יענע מינוטן, האב איך אים געפרעגט: "פארוואס פעלט דיר דאס אויס?" האט ער מיר געזאגט כהאי לישנא: "איך ווייס אז עס גייט אריבער גיין א שטיק צייט און איך גיי זיין מסודר דא אין 'היכל הקודש', איך גיי שוין נישט זיין אזוי איבעראשט וכו', עס גייט ווערן א חלק פון מיין לעבן, וויל איך דעמאלט געדענקען ווי אזוי איך האב געטראכט און ווי אזוי איך האב אויסגעזען פאר איך בין געקומען צום רבי'ן און דאס וועט מיר באנייען".


דאס זעלבע זאג איך דיר טייערער..., געב זיך א דערמאן ווי אזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו האסט געטראפן די ישיבה פון רבי'ן; געב זיך א שטעל אפ און קלער: 'ווי אזוי האב איך געלעבט פאר איך האב געטראפן דעם רבי'ן?' וועסטו שוין נישט זיין אזוי לאכעדיג, וואלוולדיג און אלט.


שלמה המלך רופט אן דעם יצר הרע (קהלת ד, יג): "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל" - אן אלטער נארישער קעניג, וואס איז דער פשט פון דעם טיטל: "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל?" זאגט מוהרא"ש, ווייל זיין גאנצע ארבעט איז אריין צו ווארפן דעם מענטש אין א זקנה, דער מענטש זאל טראכטן: 'איך בין שוין אלט, פון מיר וועט שוין גארנישט זיין', אבער ווען א מענטש באנייט זיך כסדר, ער האלט זיך אין איין אויפפרישן, דורכדעם רייסט ער אויס דעם יצר הרע וואס וויל אים נאר אלט מאכן.


ברודער טייערער, מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז אויס אן עצה ארויס צו גיין פון אלע בלבולים. די עצה איז בחנם און עס איז גרינג צו פראקטיצירן, דאס איז די עצה פון 'רעדן צום אייבערשטן'; זיך דורך שמועסן מיטן אייבערשטן, פרעגן דעם אייבערשטן פאר מען טוט עפעס צי מען טוט גוט, יעדע זאך וואס גייט אריבער זאל מען אויסשמועסן מיטן אייבערשטן. אז מען האט ספיקות אין לעבן זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, נאכאמאל און נאכאמאל, נישט אפלאזן דעם אייבערשטן; ווען מען געוואוינט זיך צו דאס צו טון דארף מען שוין קיינעם נישט. מען לעבט א חיים טובים, מען איז רואיג און צופרידן, מען ווייסט און מען גלייבט אז מען איז אין די הענט פונעם אייבערשטן.


טייערער הארציגער ברודער: באניי זיך און הייב אן פונדאסניי; גיי אין א זייט וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים דיינע ספיקות, זאג אים דיינע בלבולים און פרעג אים וואס צו טון.


איך האב נאך אסאך אויף מיין הארץ וואס איך וויל דיר שרייבן, אבער איך דארף אהיים לויפן צו מיין ווייב און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.