מכתב יומי

כה אדר תשפ"א

March 09 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ויקרא שמו בישראל "יחזקאל" נאך מיין גרויסער זיידע, קארלסבורגער רב זכרונה לברכה. מיין זיידע דער קארלסבורגער רב האט געהייסן נאכן גרויסן צדיק, דער הייליגע מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו; דער אייבערשטער זאל העלפן מיין זון דער רך הנימול זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, א גרויסער גאון, גיין אין די וועגן פון זיינע גרויסע זיידעס.


איך האב געווארט ביז נאכמיטאג, עס האט געהייסן אז מיין טאטע דער נייער רב וועט נאך זיין צוריק דא פאר'ן שקיעה, אבער אזוי ווי איך האב באקומען די ידיעה אז ער וועט הערשט אנקומען נאכ'ן שקיעה האב איך געמאכט די ברית אין ישיבה; איך האב מכבד געווען מיין שווער מיט סנדקאות.


היינט כ"ה אדר איז אויך דער יארצייט פון מיין זיידע, הרב החסיד רבי אלחנן חיים טייטלבוים זכרונה לברכה. ער איז געווען זייער א גרויסער איד, ער איז אלץ געזעצן ביים טיש פון הייליגן רבי מסאטמאר זכותו יגן עלינו, נעבן דעם רבי'ן; דער רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך פאר קיינעם נישט אוועק ריקן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן גיין אין זייערע וועגן, זיך נישט אפטרעטן פון זיי.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף טראגן מיין ווייב זיך אפרוען; איך וועל דיר שפעטער שרייבן מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.