מכתב יומי
א אב תשע"ט
August 02 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת מטות-מסעי, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וואס איז בכלל דיין שאלה? אודאי זאלסטו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".
דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב תחי' איז מיט דיר און זי איז מסכים אז דו זאלסט פארן, מער פון דעם דארפסטו נישט. אז דיין ווייב איז מיט דיר און זי שטארקט דיר, זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם אויף די וועלט, אפילו דיין .... רעדט דיר אפ און מאכט חוזק פון דעם. דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד): "כָּל מַה שֶׁהַצַּדִּיק מְצַוֶה לַעֲשֹוֹת צָרִיךְ לְקַיֵּם", אלעס וואס א צדיק זאגט דארף מען מקיים זיין, "רַק כְּשֶׁמְּצַוֶּה שֶׁלֹּא לִסַּע עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, זֶה אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם", אבער ווען דער צדיק הייסט אז מען זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דאס דארף מען נישט פאלגן; ווייל אלע דארפן קומען אויף ראש השנה צו אים.
וואס גייט דיר אן אז הונט בילן אינדרויסן פון דיין שטוב; דער עיקר איז אז ביי דיר אין שטוב איז דא מנוחה, דו אין דיין ווייב קומען זיך אויס. וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט - דאס דארף דיר נישט אנגיין און עס זאל דיר נישט אנגיין. פאלג מיר, פארמאך דיין טיר אונטער דיר און הער נישט אויס וואס אנדערע זאגן.
נאכאמאל, הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר; ביידע זענט איר מקורב צום רבי'ן, ביידע ווילט איר א לעבן מיטן רבינ'ס עצות. איך וויל זייער שטארק דו זאלסט זיין מיט אונז ראש השנה און איך האף אז דו וועסט טאקע זיין מיט אונז.
געב א קוק אויף די בילדער וואס איך שיק דיר מיט דעם בריוו, וואו מען זעט אז מען ענדיגט יעצט דעם בנין אין אומאן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד:): פלימו האט געזאגט: "אֲנִי רָאִיתִי אוֹתוֹ הַבַּיִת וְהָיוּ קוֹרוֹתָיו יוֹצְאוֹת אַמָּה לְכַּאן וְאַמָּה לְכַּאן", איך האב געזען דעם הויז וואס דער הייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא האט געבויט מיט תפילה – ווען א פרוי איז געקומען צו אים וויינען זי האט געבויט א הויז און מען קען נישט ענדיגן דעם דאך ווייל די העלצער זענען קורץ געשניטן, עס קומט נישט אן אויף די לענג פונעם הויז, האט רבי חנינא בן דוסא געבעטן דעם אייבערשטן און עס איז געשען א נס, "וְאָמְרוּ לִי 'בַּיִת זֶּה שֶׁקִירָה רַבִּי חֲנִינָה בֶּן דּוֹסָא בִּתְפִלָּתוֹ'", די העלצער האבן זיך אויסגעצויגן אזוי האט מען געקענט ענדיגן דעם דאך, און מען האט מיר געזאגט: "דער שטוב האט רבי חנינא בן דוסא געבויט מיט תפילה".
גענוי דאס קען מען זאגן אויפ'ן בנין אין אומאן; ווער עס זעט דעם בנין קען זאגן: "איך האב געזען א בנין וואס מען האט געבויעט מיט תפילה"; עס ליגט שוין אינעם בנין סחורה אין ווערד פון א מיליאן און א האלב דאללער, דאס איז נאר פון תפילה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.