מכתב יומי
ו אב תשע"ט
August 07 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך; דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן ישוב הדעת. דו וועסט זיך נישט ארום דרייען אזוי צוטומלט אין לעבן און וויסן גענוי ווי אזוי זיך צו פירן ביי יעדע פרט ופרט.
מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות; ווער עס האט געפאלגט דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות האט זוכה געווען צו א שטארקע ישוב הדעת אין יעדע פרט אין לעבן.
מען דערציילט אויף רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה אז איינמאל איז רבי יצחק זכרונו לברכה געווען ביי זיין טאטע רבי נתן ז"ל בשעת ער האט געהאט זיי זיך א גרויסע סומע גלעט פון די רעגירונג (ער איז געווען ממונה אויף די פאסט אין טולטשין), און ער האט פארלוירן דאס געלט, ער איז געווען זייער דערשראקן דערפון אז מען זאל נישט מאכן קיין בלבול אויף אים, עס איז געווארן א גרויסע טומל ביי רבי נתן אין שטוב, אלע זענען געווען בצער נאכדעם וואס מען האט איבערגעדרייט די גאנצע שטוב און מען האט עס נישט געטראפן. ביז רבי נחמן טולטשינער איז געקומען און געזאגט אז מען זאל אויפהערן זוכן מיט בהלה, ער וועט פרובירן עס צו טרעפן. ער איז ארויס אינדרויסן און געזוכט ביי די מיסט ביז ער האט דאס געטראפן. האט רבי נתן געזאגט: "נחמן - מיט זיין ישוב הדעת קען אלעס"; זעט מען פון דעם אז מיט ישוב הדעת קען מען זוכה זיין צו שיינע זאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך וועל דיר שרייבן אונזערע מנהגים פון תשעה באב.
מיר פירן זיך צו ליינען מגילת איכה ביינאכט און אויך אינדערפרי - כמנהג הגר"א.
בנוגע לערנען שיעורים כסדרן; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן, און מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג. אזוי אויך ווען תשעה באב געפאלט אום שבת – אזוי ווי היי יאר - קען מען לערנען שבת די שיעורים כסדרן.
ווען תשעה באב געפאלט אום שבת - אזוי ווי היי יאר, מאכט מען נישט הבדלה מוצאי שבת אויף וויין נאר מען מאכט בלויז די ברכה "בורא מאורי האש". די פרויען און קינדער וואס פאסטן נישט תשעה באב עסן אן הבדלה און זיי הערן הבדלה מוצאי תשעה באב פון די מענער (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנו).
אלע דארפן פאסטן תשעה באב - אינגלעך פון די דרייצן יאר און מיידלעך פון די צוועלף יאר. א פרוי וואס ווארט וכו' אדער זייגט וכו' - זאל פרעגן א שאלה צי זי דארף פאסטן; מען קען נישט מאכן אין דעם א כלל.
וויבאלד תשעה באב איז א תענית דרבנן און עס הייבט זיך שוין אן פון פארנאכטס, דארף מען נישט ווארטן אויף צוויי און זיבעציג נאר מען קען שוין דאווענען מעריב ביים זמן פון די גאונים און נאכדעם מאכן הבדלה און אויספאסטן.
דער עיקר דארף מען אכטונג געבן זיך נישט ארום צו דרייען ליידיג און נישט זיצן מיט מענטשן וואס מאכן ליצנות און רעדן דברים בטלים; מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו קומען צו שחוק וקלות ראש און נישט פארגעסן אז מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש וכו', אין דעם איז נכלל קוקן נייעס און זיין מחובר מיט סאשעל מידיע, וכדומה.
די בעסטע זאך איז צו גיין שלאפן, כדי נישט צו פארברענגען די צייט.