מכתב יומי

כח תמוז תשע"ט

July 31 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב געמיינט אז דו וועסט ארויס קומען אין קעמפ אויף א שבת, אויף א שיעור, אדער אפילו סתם זיך באגריסן וכו'; זעט אויס אז דו ביסט זייער פארנומען מיט דיינע געשעפטן וכו'.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און בלייב מקושר צום הייליגן רבי'ן, ווייל ווי אזוי מען פירט זיך אויף די וועלט אזוי וועט מען זיך פירן מיט'ן מענטש אויף יענע וועלט. דער הייליגער רבי האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה (חיי מוהר"ן, סימן קא) עס איז געווען א איד א תלמיד פון הרב  הקדוש רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו וואס איז נפטר געווארן, און די מלאכי חבלה האבן אים איינגערעדט אז ער לעבט נאך, עס האט זיך אים גע'דמיונ'ט אז ער פארט מאכן געשעפטן וכו'; אינמיטן וועג צו גיין צום יריד רופט ער זיך אן: "איך וויל גיין צו מיין רבי'ן, הרה"ק ר' מענדעלע זי"ע", האבן אים זיינע ארבעטערס - וואס זענען באמת געווען מלאכים – אפגערעדט דערפון, זיי האבן אים געזאגט: "מען וועט נאך גיין שפעטער וכו'", אזוי איז געווען אפאר מאל, ער האט געוואלט גיין צו זיין רבי'ן און די מלאכים האבן אים אפגערעדט, ביז איין מאל האט ער זיי געזאגט אז יעצט גייט ער זיי שוין נישט פאלגן נאר ער גייט גיין צו זיין רבי'ן. וויפיל זיי האבן אים געזאגט אז עס לוינט נישט פאר די געשעפטן האט ער זיך געהאלטן ביי זיינס און געזאגט: "עס גייט מיך גארנישט אן, זאל איך פארלירן מיינע געשעפטן, איך פאר צו מיין רבי'ן!" און ער האט זיך אנגעפאנגען שלאגן מיט זיי, ער האט געשריגן: "איר זענט מיינע ארבעטערס און איר דארפט מיר פאלגן", יעצט האבן זיי אים אויסגעזאגט דעם אמת: "וויסן זאלסטו אז דו ביסט א מת, א נפטר - א טויטער מענטש, עס איז נישט דא וואו צו גיין, דו גייסט נישט אין ערגעץ דו קומסט מיט אונז", האט ער געשריגן: "איך וויל גיין צו מיין רבי'ן!" האבן זיי אים געזאגט: "מה-דאך פריער וואס מיר זענען געווען דיינע ארבעטערס האבן מיר דיר נישט געלאזט גיין, יעצט וואס דו ווייסט שוין דעם אמת אז דו ביסט טויט און מיר זענען מלאכי חבלה דארפן מיר דיר זיכער נישט פאלגן", אזוי איז געגאנגען קולות אהער און אהין ביז דער בית דין של מעלה האט זיך נאכגעפרעגט וואס די קולות זענען, האט מען זיי געזאגט וואס עס גייט פאר, האט דער בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זיי מוזן אים לאזן גיין צו זיין רבי'ן, וויבאלד ער פלעגט כסדר גיין צו זיין רבי'ן און דער הייליגער רבי מענדעלע זי"ע האט אים געגעבן א תיקון.


האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה, אז אויב א מענטש איז שטארק דא אויף די וועלט מיט א צדיק, וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן און איז געווען ביים רבי'ן מוצאי שמחת תורה, איז ער אסרו חג ביינאכט אהיים געפארן. אבער גלייך נאכדעם, אין חודש חשון האט ער געטראכט צו זיך: 'איך פארשטיי נישט וואס מיט מיר גייט פאר, נישט ווייט פון דא, אין שטאט ברסלב - זיצט א רבי וואס קען מיר ארויס נעמען פון מיין טונקלקייט און פון מיין מרירות, פארוואס פאר איך נישט צו אים?' ער האט זיך ארויסגעלאזט קיין ברסלב מיט'ן חשבון אז ער וועט נאך קענען אהיים קומען פארנאכטס בעפאר זיין טאטע שטייט אויף פון זיין נאכמיטאג שלאף, אזוי וועט ער נישט וויסן אז ער איז געווען ביים רבי'ן. למעשה האט זיך זיין פלאן נישט אויסגעארבעט ווייל עס האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן און די פערד זענען געפארן זייער שטייט און ער איז הערשט אנגעקומען צום רבי'ן ביינאכט נאך מעריב. ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן און דערציילט פאר'ן רבי'ן וואס עס גייט איבער אויף אים האט אים דער רבי געזאגט בזה הלשון: "אז עס איז גאר שלעכט, ציט מען זיך צום אמת; וואו איז דער אמת?" און דער רבי האט אים דעמאלט געזאגט די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קיב) אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן פון די טונקלקייט וואו מען געפינט זיך (עיין בספר פעולת הצדיק, סימן תמ).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס אז עס שטערט פאר דיינע עלטערן אז דו דרייסט זיך אין ברסלב; וואס קען מען טון? דאס איז איינע פון די שוועריקייטן וואס א ברסלב'ער חסיד דארף אריבער גיין בתחילת התקרבותו. פון איין זייט וויל מען מאכן א נחת רוח פאר די עלטערן, זיי פרייליך מאכן און טון זייער רצון, אבער פון די אנדערע זייט וויל מען דאך לעבן מיט'ן רבי'ן; אן אמת'ער לעבן, א נצחיות'דיגער לעבן, און דאס שטערט זייער שטארק פאר עלטערן וואס האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב. און אמאל ווערט אזא פייער אין די משפחה, מען ווערט צוקריגט מיט דעם ברסלב'ן קינד - ביז עס קומט ממש צו שפיכת דמים.


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפן רבי'ן כל דבר אסור? וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז פארשעמט? אזוי דארף זיין, עס מוז זיין מניעות מקורב צו ווערן צום רבי'ן. דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז, מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט האט דער ס"מ געשריגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, אז דו שיקסט אראפ די נשמה, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט אז די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט און ער זאל זיך אן עצה געבן; איז ער אוועק געגאנגען און ביז דערווייל האט מען זיך שוין געגרייט אראפ צו שיקן דעם רבינ'ס נשמה, פלוצלינג קומט ער אן מיט אן אלטיטשקן וואס איז געווען איינגעבויגן, זיי האבן זייער געלאכט און זיך אנגערופן: "מיר האבן שוין אן עצה, די נשמה קען אראפ גיין אויף דער וועלט"; דאס איז דער עצה, אז דער רבי איז אפגעלאכט און אפגעשפעט ביי יעדן איינעם.


דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם און מיט די צייט וועט זיך אלעס איבערדרייען; ווען דיינע עלטערן וועלן זען ווי שיין דו פירסט זיך וועלן זיי דיר אפלאזן.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.