מכתב יומי
א אדר א' תשע"ט
February 06 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תרומה, ב' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה", דעריבער דארפן מיר זיך מוסר נפש זיין צו זיין פרייליך. ווען א מענטש איז פרייליך גייט ער ארויס פון אלע צרות און אלע יסורים, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה וועט איר ארויס גיין פון גלות.
מען דארף טרעפן אין זיך גוטע זאכן אזוי ווערט מען פרייליך; יעדער איד איז אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נז.) אויפן פסוק (שיר השירים ד, ג): "'כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ' - מַאי רַקָּתֵךְ? אֲפִילוּ רֵיקָנִין שֶׁבְּךָ מְלֵאִים מִצְוֹת כְּרִמּוֹן", אפילו מענטשן וואס זענען ליידיג זענען אויך פול מיט מצות אזוי ווי א מילגרום; אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו טרעפן אין דיר זייער אסאך גוטס.
כל זמן א מענטש איז נישט פרייליך קען ער נישט קאנטרעלירן זיין מח, זיין מח ציט צו נעגעטיווקייט, דער מח טראכט נאר שלעכטס און זעט נאר שלעכטס, אבער אז מען איז פרייליך, מען נעמט אריין אינעם מח שמחה - דעמאלט איז מען בעל הבית אויפ'ן מח. דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", שמחה איז עולם החירות, ווען מען איז פרייליך איז מען פריי פון אלע שלעכטע מחשבות און מען ווערט פטור פון אלע שלעכטס.
זאלסטו פראבירן פון יעצט נאר צו זיין פרייליך; פריי זיך מיט דעם וואס דו ביסט א איד און נישט א גוי, ווען מען פריידט זיך מיט שֶׁא עָשַׂנִי גּוֹי איז מען זוכה אנצוקומען צו די העכסטע מדריגה.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוריק באנייען אין לימוד משניות; נעם מיט דיר שטענדיג א קליינע משניות'ל - אזוי ווי עס טוען אלע תלמידי 'היכל הקודש', און ווען מען האט אפאר מינוט כאפט מען אריין נאך א משנה. מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען און זאגן: "ווי אזוי ווייסט מען ווער עס איז א תלמיד 'היכל הקודש'? וועם מען זעט מיט א משניות".
מען קען זיך נישט פאררופן א תלמיד היכל הקודש נאר אז מען זאגט אסאך פרקים משניות יעדן טאג; אז דו וועסט זאגן פרקים משניות יעדן טאג וועט דאס דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, דאס וועט דיר אויסרייניגן אז דו זאלסט נישט לויפן קוקן עבירות.
איך דאנק דיר פארן מאכן וואוטשערס; הלואי זאלן אלע עלטערן זיין אזוי ווי דיר ווען עס קומט צו צאלן שכר לימוד. עס פאלט אויף מיר אזא בארג פון צאלן מלמדים און טיטשערס אז איך קען עס נישט דורך טראגן, און דאס מערסטע טוט מיר וויי פון די וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און לאכן ווען מען רופט זיי פון אפיס; איך בענטש דיר דו זאלסט האבן אלעס גוטס בזכות וואס דו העלפסט 'זיך אליינס' אז דו זאלסט האבן מלמדים מיט ישוב הדעת צו לערנען מיט 'דיינע' קינדער.
היינט נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען מיט האלטן; זאלסט אהיים קומען אביסל פריער און בלייבן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל זיך קענען אביסל אויסלופטערן וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת תרומה, ב' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן, מיט דעם אלעם זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז עס וועט דיר גרינגער ווערן.
ווען א מענטש איז פרייליך איז א סימן אז ער איז ביי די קדושה, און אויב איז ער בעצבות השם ישמרינו דארף ער זען מיט אלע כוחות זיך פרייליך צו מאכן און אנטלויפן פון די טומאה.
דעריבער בעט איך דיר טייערער ליבער ..., כאפ א טענצל; היינט איז זייער גרינג צו טאנצן נאכדעם וואס אין יעדע שטוב איז דא א גאנצע קאפעליע. אמאליגע צייטן ווען איינער האט געוואלט טאנצן האט ער געדארפט אראפ ברענגען צו זיך א גאנצע קאפעליע, א פויקער, א פייפער, א פידלער וכו' אזוי האט מען געקענט טאנצן און פרייליך זיין, אבער היינט צינדט מען אן א ניגון און מען טאנצט.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, רבי נתן האט אים געזאגט: "אז דו וועסט טאנצן יעדן טאג וועסטו נישט זען דעם פנים פון גיהנום".
איך האב געהערט פון תלמידי היכל הקודש וועלכע האבן געלערנט אין ישיבה ביי מוהרא"ש נאך אינעם אלטן בנין וואו מען האט געקענט אריבער הערן פון איין שטאק צום צווייטן ווייל די פלאר איז געווען פון האלץ, פארציילן זיי אז ווען מוהרא"ש פלעגט אריבער גיין שווערע צרות האט מען געקענט הערן אין ישיבה ווי מוהרא"ש טאנצט פאר לאנגע שעות; מוהרא"ש האט געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): "כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִקּוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶׂה הַמְתָּקַת הַדִּינִין", דורך פאטשן און טאנצן נעמט מען אראפ אלע דינים פון אידן - איז דאס פשוטו כמשמעו, אז מען טאנצט און מען פאטשט נעמט מען אראפ אלע דינים פון זיך און פון אנדערע.
אז דו זוכסט ממתיק צו זיין די דינים וואס גייען יעצט אריבער אויף דיר וכו' זאלסטו טון וואס דער רבי זאגט, כאפ א טענצל, פאטש מיט די הענט און זיי פרייליך אז דער אייבערשטער איז דא און זארגט פאר דיר וכו' וכו'.
איך וועל דיר נאך שרייבן אם ירצה ה'.
א גוטע נאכט.