מכתב יומי
ל שבט תשע"ט
February 05 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך צו גיין און שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין וועסטו האבן פרנסה; מוהרא"ש זאגט: "אז מען דאווענט מיט מנין, האט מען א דבר שבמנין (געלט)".
אז דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט און עס איז שוין נישט דא קיין מנינים, מיט דעם אלעם זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען נאר אין שול ווייל אין שול דאוונט מען און אין שטוב אדער אין אפיס וכדומה דאוונט מען נישט, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן צ, סעיף ט), אז מען זאל דאווענען אין שול.
קלאפ זיך נישט אראפ און קוק זיך נישט אן ווי א דורכפאל; רבי נתן פלעגט אסאך חזר'ן דעם פסוק (איוב ג, יט): "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא", דארט [אין הימל] וועט מען וויסן ווער עס איז גרויס און ווער עס איז קליין; מען זעט אמאל אז עס רעש'ט זיך דא מיט איינעם, מען קען מיינען ווער ווייסט וואס יענער איז, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען ניטאמאל פון יענעם. און פארקערט אויך, עס קען זיין א מענטש וואס קיינער ווייסט נישט פון אים, מען מאכט נישט פון אים קיין בראטל, אבער אויבן אין הימל איז ער זייער חשוב ווייל ער גייט אין שול יעדן טאג דאווענען אפילו עס קומט אים אן זייער שווער, אזוי אויך רעדט ער צום אייבערשטן, ער פארציילט יעדע זאך וואס באדערט אים - דאס איז חשוב אויבן אין הימל.
"אז דו וועסט זיין פרייליך" – האט דער קעניג געזאגט – "וועל איך זיין פרייליך" (סיפורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס); דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן זיין פרייליך, דערפאר זאלסטו אנטלויפן פון עצבות און מרה שחורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך דאנק דיר פאר'ן באצאלן שכר לימוד, דאס ווייזט מיר אז דו האסט הכרת הטוב - דו אנערקענסט וואס מיר טוען מיט דיינע קינדער; הלואי זאלן אלע עלטערן צאלן שכר לימוד.
הלואי ווען דו קענסט ווען רעדן צו דיינע חברים זיי זאלן צאלן שכר לימוד און די וואס קענען נישט צאלן זאלן בעטן ביי די שטאט פאר הילף (וואוטשערס); ווען אלע משפחות זאלן ווען צאלן שכר לימוד אדער מאכן וואוטשערס וואלט איך געקענט באצאלן מיינע איינגעשטעלטע צייטליך זייער געהאלט.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שווער עס איז מיר יעדע וואך אז איך בלייב שולדיג מלמדים און טיטשערס זייער געהאלט; איך האב נישט קיין מנוחה פון דעם און דאס עסט מיר אויף מיין געזונט. נאך מער טוט מיר וויי אז עס זענען דא משפחות וואס מאכן א געשפעט ווען מען רופט זיי פון אפיס זיי זאלן עפעס טון - צאלן צוביסלעך, מאכן וואוטשערס, אדער גיין נאך געלט פאר די מוסד, אבער אנשטאט טון עפעס לאכן זיי זיך אויס, דאס עסט מיר אויף מיין געזונט.
דערפאר דאנק איך דיר אז דו העלפסט מיר מיט אלעס וואס דו קענסט, און איך וואונטש דיר א ברכה אז אין זכות וואס דו העלפסט אונזער חדר און אונזער סקול צו קענען אנגיין מיטן מחנך זיין אונזערע קינדער זאלסטו האבן אסאך נחת פון דיינע קינדער און קיינמאל נישט וויסן פון קיין שלעכטס.
מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א פרויען צוזאמקום אין ישיבה, זאלסטו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך אביסל מחזק זיין.
א גוטע נאכט און א גוטן חודש.