מכתב יומי
ב אדר א' תשע"ט
February 07 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף אז דיין ווייב האט הנאה געהאט פון די נעכטיגע פרויען צוזאמקום; פון די שיעור און פון די טאנצן וכו' וכו'. עס איז זייער וויכטיג זיך אביסל אויסצולופטערן פון די שטוב ארבעט, זיך טרעפן מיט גוטע חבר'טעס און הערן גוטע ווערטער זיך מחזק צו זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
איך דאנק דיר אז דו שטרענגסט זיך אן צו צאלן שכר לימוד און אז דו האסט יעצט געמאכט וואוטשערס; כאטשיג עס איז נישט גרינג דורך צו גיין דעם גאנצן פראצעדור, ווייל מען דארף אראפ פארן צו די שטאטישע אפיסעס און זיצן דארט גאנצע טעג וכו', דאך האסטו דאס געטון, דעריבער דאנק איך דיר און איך קוק דיר אן אינגאנצן אנדערש; ווען איך זע ווי עלטערן זענען מעריך, זיי פארשטייען און האלטן חשוב די מוסד ווייזט דאס אז די עלטערן זענען קלוגע עלטערן.
דו ווייסט אודאי אז ווען מוהרא"ש האט חתונה געהאט האט ער געהאט צייטן וואס ער האט נישט געהאט וואס צו עסן שבת; מוהרא"ש פלעגט דערציילן ביי די שיעורים: "אסאך שבתים האבן מיר - איך און מיין ווייב - געגעסן 'כסא דהרסנא' - סארנדינס"; מיט דעם אלעם פלעגט מוהרא"ש זיך מוסר נפש זיין צו צאלן שכר לימוד, ווייל אז מען וויל מצליח זיין מיט די קינדער מוז מען צאלן שכר לימוד.
ווער עס איז נזהר אין צאלן שכר לימוד וועט זוכה זיין צו האבן נחת פון זיינע קינדער, אויך איז דאס מסוגל פאר פרנסה. חכמינו זכרונו לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אן וויפיל געלט דער מענטש גייט האבן דעם גאנצן יאר, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", חוץ די געלט וואס א מענטש געבט אויס ביים איינקויפן לכבוד שבת ויום טוב און די געלט וואס מען צאלט פאר שכר לימוד, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", אויב מען פארמינערט – מען צאלט נישט געהעריג, וועט מען אים געבן ווייניגער געלט און אויב צאלט מען שכר לימוד, פארמערט מען אים פון הימל פרנסה.
דערפאר דאנק איך דיר אז דו ביסט אזוי ערליך אין צאלן שכר לימוד, דו שלעפסט זיך אראפ יעדע מאל צו די שטאטישע אפיס כדי אז די וואוטשערס זאל נישט ווערן אפגעהאקט, אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בשפע און נחת פון דיינע קינדער.
אויב דו קענסט טו מיר ביטע די טובה: זאלסט מאכן אן התעוררות צווישן די תלמידים וואס שיקן שוין די קינדער אינעם מוסד אז זיי זאלן נעמען ערנסט דאס צאלן שכר לימוד, און אז זיי זענען נישט ביכולת וכו' זאלן זיי מאכן וואוטשערס אזוי ארום וועל איך קענען אנגיין מיט צאלן די מלמדים און טיטשערס. ווייל עס ווערט מיר נאר שווערער און שווערער אזוי ווייט אז איך שפיר ווי עס טרעט מיר צו צום הארץ; בעיקר אז עס זענען דא עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג ווען זיי האלטן בכלל נישט ביי די מצב פון עסן 'כסא דהרסנא' שבת בשעת איך האב נישט צו צאלן די מלמדים - טייערע יונגעלייט אויסדערוועלטע תלמידים וואס האבן סבלנות און יראת שמים, זיי זיצן א גאנצע וואך מיט א קלאס קינדער און קענען נישט אהיים ברענגען ברויט פאר די קינדער.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור.