מכתב יומי
א אדר ב' תשע"ט
March 08 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
"חֲזַק, חֲזַק, וְנִתְחַזֵּק!" - גייען מיר אויסשרייען דעם שבת; עס איז נישט פשוט וואס דער רבי טוט מיט אונז. ער איז אונז מחזק ומעודד אז מיר זאלן אריין כאפן גוטס יעדן טאג; אביסל חומש רש"י מיטן תרגום יעדן טאג. זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, ביז ווען עס קומט סוף וואך ענדיגט מען די גאנצע סדרה שנים מקרא ואחד תרגום, און דעם שבת ווען מיר ענדיגן סדר שמות גייען מיר שרייען: "חֲזַק, חֲזַק, וְנִתְחַזֵּק".
וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י אזוי אז ביז סוף וואך ענדיגט ער די גאנצע פרשה - חומש מיט רש"י, אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט (אורח חיים סימן רפ"ה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי מיט די תרגום און סיי מיט רש"י; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. מען זאגט נאך פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו וועלכער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה.
יעצט ווען מיר גייען אריין אין שבת זאלסטו מיט אלע דיינע כוחות זען צו זיין פרייליך א גאנץ שבת; געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין טרויעריג און דעפרעסט אום שבת, נאר זיין זייער שטארק פרייליך א גאנץ שבת און זיך פרייען מיטן אייבערשטן, "וּלְהַרְבּוֹת בְּתַעֲנוּגֵי שַׁבָּת בְּכָל מִינֵי תַּעֲנוּג; הֵן אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, הֵן מַלְבּוּשִׁים, כְּפִי מַה שֶּׁיָּכוֹל, כִּי אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כֻּלָּהּ רוּחָנִיּוּת, כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ, וְעוֹלָה לְמָקוֹם אַחֵר לְגַמְרֵי מִן אֲכִילַת חֹל, כַּמְבֹאָר בְּמָקוֹם אַחֵר".
איך ליידן דיר פערזענליך צו קומען אנטייל נעמען דעם מוצא שבת קודש פרשת פקודי הבא עלינו לטובה צום סעודת מלוה מלכה - 'מסיבת הכרת הטוב' וואס מיר מאכן אין ישיבה פאר אלע תלמידי הישיבה וואס האבן א געפיל און הכרת הטוב צום דעם פלאץ און העלפן חודש'ליך צו דעקן די רענט פונעם בנין הישיבה, וואס נעמט אריין אין זיך דעם בית המדרש, תלמוד תורה, כולל, בית הדפוס, בית התבשיל, אזוי אויך אלע דרשות וואס ווערן געזאגט אין ישיבה וואס אסאך מענטשן זענען זיך מחי' און מחזק דערמיט; איך ווארט דיר צו זען.
געב איבער פאר דיין ווייב תחי' אז קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען, הגם עס איז געווען די וואך א שיעור, דאך שאדט נישט צו הערן נאך א שיעור. איך וויל רעדן צו זיי אביסל פון פורים און פון פסח'דיג מאכן, איך וועל דיר לאזן וויסן וואס פאר א טאג עס וועט זיין.
א גוט שבת און א גוטן חודש.