מכתב יומי
כח אדר א' תשע"ט
March 05 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער שוועריקייטן אבער זאלסט וויסן אז איך בעט פאר דיר דו זאלסט זיך קענען דערהאלטן און בלייבן פעלזן פעסט מיט די אמונה.
ווען דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר איז געווען אין ארץ ישראל, האט אים דער גרויסער בעל מקובל רבי אשר זעליג מרגליות זכרונו לברכה געפרעגט פאר וועם מען קען געבן א קוויטל אינעם היינטיגן דור, האט אים דער רבי זכותו יגן עלינו געענטפערט: "ווען דו וועסט זען א איד ציט ארויף זיין ארבל צו לייגן תפילין און אויף זיין האנט איז דא א נומער פון די דייטשן ימח שמם - דעם איד קען מען געבן א קוויטל און בעטן א ברכה"; ווייל א איד וואס איז אריבער דעם גיהנום אויף די וועלט - וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי זיי האבן דאס דורך געלעבט - האט אמונה אינעם אייבערשטן, ער קומט אין שול דאווענען און ער טוט אן טלית ותפילין - דער איד א צדיק.
בכן בעט איך דיר דו זאלסט אנהייבן צוריק צו גיין דאווענען אין שול מיט מנין; שטופ נישט אפ דאס דאווענען, ענדערש שטופ אפ דיינע אנדערע זאכן וכו'. די ערשטע זאך זאלסטו גיין אין שול אנטון טלית און תפילין וועסטו זען אפענע ישועות.
בעט זיך איבער מיט דיין ווייב - אפילו זי איז נישט גערעכט; זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך שלום; טו אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף אז דו לערנסט דעם בלאט גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא.
זע צו לערנען אין שטוב; ווען דיין ווייב וועט זען ווי דו לערנסט וועט זי דיר שעצן און דיר מכבד זיין. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. דורכדעם ווערן די ווענט אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס: "דא וואוינט אן ערליכער איד!" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה"; אין אזא שטוב וואקסן די קינדער אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייב'ס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.
דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בפרט צרת היצר וואס לאזט נישט מנוחה, ער פארדרייט דעם קאפ מיט נארישקייטן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן אפילו איין ווארט, דאס מאכט א מורא'דיגע רעש אין הימל.
מיר האבן געהאט די וואך אין די גמרא (חולין צו.): "הֵיאָךְ סוּמָא מוּתָּר בְּאִשְׁתּוֹ?" ווי אזוי מעג א בלינדער מענטש וואוינען מיט זיין ווייב, ער זעט איר דאך נישט, ווי אזוי ווייסט ער אז דאס איז זיין ווייב?! זאגט די גמרא: "בִּטְבִיעוּת עֵינָא דְּקָלָא", ער דערקענט איר אויפ'ן קול, ווען זי רעדט ווייסט ער אז דאס איז זיין ווייב; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א שיינעם פשט, אז ווען די מקטריגים זענען מקטרג אויף אידישע קינדער, זיי זאגן: "דער איז נישט קיין איד, אזוי פירט זיך נישט א איד אויף וכו'", זאגט דער אייבערשטער: "איך דערקען אים 'בִּטְבִיעוּת עֵינָא דְּקָלָא' - מיט זיין קול. ער רעדט צו מיר, ער בעט מיר, דורכדעם ווייס איך אז ער איז מיין קינד".
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן אפילו 'איין ווארט' צום אייבערשטן: "טאטע, העלף מיר!" "טאטע, איך בין א פארלוירענער!" "טאטע, איך שפיר ווי איך קען מער נישט אזוי ווייטער אנגיין!" "טאטע, דערבארעם זיך אויף מיר!" דורכדעם וועסטו אראפ נעמען פון דיר אלע מקטרגים; דער אייבערשטער וועט זאגן אויף דיר דעם פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר".
א גוטע נאכט.