מכתב יומי

ג אדר ב' תשע"ט

March 10 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט ביים סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו האסט הנאה געהאט נעכטן נאכט ביי די מלוה מלכה 'מסיבת הכרת הטוב'; איך האב זייער הנאה געהאט צו זען אלע תלמידי הישבה זיצן צוזאמען און זענען זיך מחזק אינאיינעם.


איך האף אז דו האסט מקבל געווען אויף זיך נעכטן ביים מלוה מלכה צו זיין א חלק פון די הייליגע פלאץ מיט'ן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. היינט הייבן מיר אן סדר ויקרא; זיי א חלק פון די הייליגע חבורה וואס לערנען יעדן טאג תורה. יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, יעדן טאג משניות, גמרא, שלחן ערוך וכו'; אז מען לערנט תורה האט מען אלעס גוטס, ווייל אין די תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער.


דאס איז די קליינע 'אלף' אינעם ווארט 'ויקרא'; אונז צו ווייזן אז דער אייבערשטער איז איבעראל. די אות 'א' ווייזט אויפן אייבערשטן וואס איז דער 'אלופו של עולם' - דער הער פון וועלט - וואס איז אבעראל באהאלטן.


אם ירצה ה' דינסטאג נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום; הגם עס איז שוין געווען פאריגע וואך - ראש חודש אדר – אבער יעצט וועט זיין נאכאמאל א שיעור. איך האב וויכטיגע זאכן איבער צו געבן פאר אלע פרויען בנוגע פורים און פסח; בעט איך דיר זאלסט זען צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן די שיעור.


דער שיעור וועט אם ירצה ה' פארקומען סיי אין ישיבה, סיי אין קרית יואל און אין מאנסי.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אנשטאט וויינען אויף וואס דו האסט נישט זיי פרייליך מיט וואס דו האסט יא.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו זייענדיג זייער טרויעריג, האט אים דער הייליגער בעל התניא געפרעגט: "וואס ביסטו אזוי טרויעריג?" האט דער איד געזאגט: "איך וויל זיין אזוי ווי משה רבינו און עס גייט מיר נישט", האט אים דער הייליגער בעל התניא געזאגט: "פארוואס ביסטו נישט פרייליך אז דו ביסט נישט בלעם הרשע? פריי זיך אז דו ביסט נישט אזא רשע ווי בלעם, וואלסט דאך געקענט זיין אסאך ערגער פון וואס דו ביסט".


דו כאפסט נישט אז דו ביסט אנגעפולט מיט גוטע זאכן; דו גייסט מיט ציצית, דו טוסט אן יעדן טאג תפילין, דו עסט כשר'ס - דארפסטו זיך פרייען מיט די אלע גוטע נקודות וואס דו האסט אין דיר. ווייל ווען א איד פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט איז א סימן אז ער האט א ריינע אמונה און ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


א גוטע נאכט.