מכתב יומי
א אדר ב' תשפ"ב
March 04 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו
די וואך איז שבת הפסקה, פאריגע וואך שבת האבן מיר געהאט שבת שקלים, קומענדיגע וואך שבת האבן מיר שבת זכור, די וואך איז הפסקה. די ד' פרשיות זענען אנטקעגן די פיר אותיות פונעם שם הוי' ברוך הוא, די וואך, הפסקה – לערנט אונז אז אזוי גייט עבודת ה', עס האקט זיך אפ, עס שטעלט זיך אפ. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת", איז די וועג אז מען ווייזט אים התרחקות, "וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה", עס דאכט זיך ווי מען שטופט אים אוועק פון אויבן, "וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען לאזט אים ממש נישט אנקומען צום אייבערשטן, אבער דער רבי זאגט אונז: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר צו דערנענטערן דעם מענטש צום באשעפער.
מען דארף אסאך חיזוק נישט אראפצופאלן ווען מען זעט ווי מען האלט אין איין ווערן איבערגעהאקט וכו' וכו'; די שבת הפסקה לערנט אונז מיר זאלן וויסן אז אזוי גייט עבודת השם, מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן און מען ווערט איבערגעהאקט, מען טאר אבער נישט אויפגעבן נאר ווייטער בעטן און טון וואס מען דארף טון.
די וואך האבן מיר צוויי סיומים; מיר האבן מסיים געווען ספר שמות, חזק חזק ונתחזק! שטארקט אייך, הויבט אן אלע אן אויסנאם ספר ויקרא, יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, דאס וועט אונז ברענגען יראת שמים.
נאך א סיום האבן מיר, מסכת חגיגה. די וואך זענען מיר מסיים מסכת חגיגה און מיר הויבן אן מסכת יבמות, א שאד נישט ארויפצושפרינגען אויפ'ן באן מיטן לערנען די שיעורים כסדרן בכל יום, עס איז א שאד אויף יעדן טאג וואס מען לערנט נישט אביסל מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה וכו' וכו'; מיר האבן דאך א גרינגע וועג פון רבי'ן ווי אזוי צו לערנען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין"; דאס קען דאך יעדער טון, זאגן אן פארשטיין איז דאך א זאך וואס יעדער קען טון.
טייערע חברים, טייערע תלמידי היכל הקודש, לאמיר אנהויבן מיט א פרישע התחלה לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, יעדן טאג לערנען מקרא, משנה, גמרא און מדרש. מוהרא"ש זאגט, די פיר לימודים, מקרא, משנה, גמרא און מדרש - איז אנטקעגן די פיר אותיות פונעם שם הוי', ווער עס לערנט יעדן טאג אביסל פון די פיר לימודים איז ממשיך דעם אייבערשטן אויף זיך.
זאלט איר געדענקען, אפילו עס איז א שבת הפסקה איז נאכאלץ דא די ד' אותיות, די ד' פרשיות; אפילו עס פאסירט אן הפסקה זאלט איר ווייטער ממשיך זיין.
א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.