מכתב יומי
ל אדר א' תשפ"ב
March 03 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
נשות אנשי שלומינו שתחיו
איך וויל ענק בעטן, יעדן באזונדער, היות מיר וועלן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן קומענדיגע וואך א שבת התוועדות פון תלמידי היכל הקודש, און עס קומען צו גיין פרישע מקורבים וואס ווארטן און האפן אז זייערע ווייבער זאלן ווערן א חלק פון אונזער קהלה, בעט איך אייך יעדן באזונדער זיך אנצושטרענגען צו טראכטן פון אנדערע, צוגיין צו אנדערע, זיך היימיש מאכן מיט אנדערע.
איך האב געהערט פון משפחות וואס דערציילן אז זיי זענען מקורב געווארן צוויי יאר צוריק ביים שבת סיום הש"ס. נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה, די עלטערן פון די צד הכלה זענען געקומען צוויי יאר צוריק צום שבת סיום הש"ס, זיי דערציילן ווי שיין מען האט זיי מקרב געווען, דאס האט זיי געמאכט קומען קיין ברסלב. זיי האבן זיך אריבערגעצויגן פון א צווייטע מדינה און געקומען וואוינען אין שטעטל, די גאנצע שטוב האט אויפגעלאכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.