מכתב יומי

ד אדר ב' תשפ"ב

March 07 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


זע צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג, עס איז אזוי גרינג היינטיגע טעג צו מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם; מיט איין טעלעפאן קאל קען מען זיך איינקויפן עולם הבא. אפילו מען האט נישט עפעס ספעציעל צו דערציילן - דארף מען אויך אנרופן די עלטערן, זיי פרעגן וואס זיי מאכן, און צי זיי דארפן עפעס הילף.


מארגן זענען מיר מסיים מסכת חגיגה; איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט אויפ'ן באן. עס פארט א באן וואס הייסט "רכבת היכל הקודש", אלע וואס זיצן אויפ'ן באן לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, דעם דף גמרא און נאך; א שאד דו זאלסט נישט מיט פארן מיט'ן באן.


פארליר זיך נישט, זיי שטארק; דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן. בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס דו דארפסט, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 מרת ... תחי'


איך וויל בעטן פון אלע ווייבלעך פון אונזער קהילה און פון די תלמידות בית פיגא; דעם שבת ווען מיר קומען זיך צוזאמען זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס לימודים, עס קומען אסאך פרישע משפחות וואס זענען נאכנישט באפריינדעט; מען זאל יעדן איינעם אויפנעמען שיין, זיך באפריינדן מיט יעדן, מען זאל נישט טראכטן פון זיך, מען זאל טראכטן פון אנדערע.


מיט דעם וועט איר מאכן א נחת רוח פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט אזוי שטארק געווארט עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו.


ביטע דאס איבערגעבן איינער פאר'ן צווייטן, מען זאל שיין אויפנעמען יעדן איינעם; אזוי וועלן מיר קענען מקבל זיין גאר אסאך פון הייליגן רבי'ן.


שלום איז די כלי צו מקבל זיין אלע גוטע השפעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.