מכתב יומי

א אייר תשע"ח

April 16 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אין שטוב ווי אזוי דו רעדסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ד.): "מִיבָּעֵי לֵיהּ לְאִינִישׁ לְמֵילַף נַפְשֵׁיהּ בְּנִיחוּתָא", א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן רואיג און געלאסן, אזוי ווי עס שטייט (קהלת יא, י): "וְהָסֵר כַּעַס מִלִּבֶּךָ".


ווען א מענטש רעגט זיך נישט און ער איז נישט מקפיד אויף יעדע זאך, דאס איז א סימן אז דער מענטש אז אן ערליכער איד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה.): "אָמַר רַבִּי אִילָעאִי בִּשְׁלשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכוֹסוֹ בְּכִיסוֹ וּבְכַעְסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש צי ער איז אן ערליכער איד ביי דריי פעלער, איינע פון די פעלער איז "בְּכַעְסוֹ", אזוי ווי רש"י זאגט (שם): "שֶׁאֵינוֹ קַפְּדָן יוֹתֵר מִדַּאי", ער איז נישט מקפיד אויב עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל.


אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, מען לעבט מיטן אייבערשטן און מען רעדט צום אייבערשטן וואו מען גייט און וואו מען שטייט, דעמאלט געדענקט מען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט; מען רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער. און אודאי און אודאי האט מען א ריינע דיבור, מען שעלט נישט ווען עפעס אומאנגענעם פאסירט. א מענטש וואס שעלט קללות איז א סימן אז ער האט נישט קיין אמונה, ער לעבט נישט מיטן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א'): "אָדָם הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת, הוּא מֵעוֹלָם הַתּוֹהוּ", איינער וואס איז צוגעוואוינט צו שעלטן, דער איז אין עולם התוהו, ער לעבט אן אמונה, ביי אים איז אלעס תוהו ובוהו. און אזוי אויך פארקערט: "הָרָגִיל בִּבְרָכָה, הוּא מֵעוֹלָם הַתִּקּוּן", ווער עס בענטשט יעדן איינעם, דער איז אין עולם התיקון; ביי אים איז אלעס פארראכטן, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, קיינער קען אים נישט שעדיגן און קיינער קען אים גארנישט צו נעמען, דערפאר קען ער בענטשן יעדן איינעם.


אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען נעמט אן דעם רבינ'ס וועג בתמימות ובפשיטות, איז דער גאנצער לעבן אן אנדערער לעבן, מען לעבט א חיים טובים. מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם, בפרט אין שטוב, און אז עס גייט נישט ווי מען וויל שעלט מען נישט, דורכדעם איז מען זוכה אויפצוציען שיינע דורות. ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צג): "אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ שֶׁהֵם מְקַלְלִים אֶת עַצְמָם, אֵין מְגַדְּלִים אֶת בְּנֵיהֶם", אויב מאן און ווייב שעלטן זיך איינער דעם צווייטן וועלן זיי נישט זוכה זיין אויפצוציען זייערע קינדער, ווייל ווען די קינדער זעהן ווי די עלטערן קריגן זיך, ווערן זיי זייער דערשראקן; זיי לעבן שטענדיג אין פחדים און זיי וואקסן אויף פעלערהאפטיג רחמנא לצלן.


מיר האבן א רבי וואס געבט אונז אזעלכע וואונדערבארע עצות אויף יעדן פרט אין לעבן, דארפן מיר זען צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים, וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס בזה ובבא.


היינט נאכט וועט נישט פארקומען דער וועכענטליכער שיעור; איך האב א משפחה שמחה וואס איך דארף מיטהאלטן. דער שיעור וועט זיין אם ירצה ה' זיין מיטוואך נאכט.