מכתב יומי

ל ניסן תשע"ח

April 15 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז מיר זאלן לעבן מיט תכלית, מיר זאלן וויסן אז דער וועלט איז נאר א צייטווייליגע זאך און אז דער עיקר דארף מען אריין כאפן גוטע זאכן וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויף יענער וועלט.


היינט האבן מיר אנגעהויבן א נייע מסכתא - מסכת זבחים; וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט אנהייבן היינט דעם דף גמרא, ווייל עס איז א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אן לימוד התורה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט: איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אין זיינע הענט.


זיי נישט קיין בטלן און זוך דיר נישט קיין תירוצים; הייב פון היינט אן צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, דאס וועט דיר אויסוואשן פון אלע דיינע שלעכטע מעשים וכו'. עס איז נישט דא נאך א זאך וואס רייניגט דעם מענטש פון זיין שלעכטס ווי לערנען גמרא.


חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים " גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" – וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז א לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט; דו זאג נאר די ווערטער פון די הייליגע גמרא. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


איך האף אז דו וועסט זיך גוט בארעכענען און אנהייבן לערנען די הייליגע תורה, סיי חומש, סיי משניות, סיי גמרא און אזוי ווייטער; דעמאלט וועסטו שפירן אלע טעמים אין לעבן.


הער נישט צו צו די לצים וואס שפעטן אפ פון רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; געדענק דעם פסוק וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן מיט אונז, שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא"; ווען איינער איז קלוג, ער נעמט אן די ווערטער פון די תורה, ער נעמט אן די ווערטער פון די הייליגע צדיקים, טוט ער קיינעם נישט קיין טובה, ער טוט נאר פאר זיך אליינס א טובה, און ווען איינער מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיקים, מאכט ער פון זיך אליינס ליצנות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען זעט ווי א מענטש קען אפלעבן א גאנץ לעבן און ער האט נעבעך ניטאמאל געענדיגט אפילו איין מאל אין לעבן תנ"ך, ששה סדרי משנה, בבלי ירושלמי תוספתא, רמב"ם טור שולחן ערוך, ספרי הזוהר והתיקונים וכו' וכו'.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און הייב אן לערנען די הייליגע תורה, וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.