מכתב יומי

א אייר תשע"ט

May 06 2019

[די בריוו פון ביינאכט און די *בחורים בריוו* איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער: דערהאלט זיך און לויף נישט אוועק פונעם אייבערשטן! דו שטייסט שוין ממש ביים געהאלפן ווערן און אז דו וועסט יעצט אויפגעבן וועסטו האבן א פנים ווי דער מלך וואס איז צוריק געגאנגען ווען ער האט געזען די שפינען וועבאכץ ביים טויער. די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט אז עס איז אמאל געווען א מלך וואס האט איינגענומען אסאך מדינות, ווען ער האט שוין איינגענומען כמעט אלעס און ער האט שוין געוואלט אריין גיין אין פלאץ האט ער זיך אויסגעדרייט און געזאגט פאר זיינע מיליטער לייט: "מען גייט צוריק, מען גייט אהיים ווייל איך קען נישט אריין גיין אין פאלאץ, עס איז דא אויפן טיר א שפינען וועבאכץ (ספיידער וועב)", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה: "איז דא א גרעסערע שוטה פון דעם קעניג? וועגן א קליין ביסל שפינען וועבאכץ זאל מען אלעס אפלאזן?!" דאס זעלבע בעט איך דיר: "דו ביסט אלעס איבערגעקומען, פארוואס זאלסטו יעצט נאכן פרובירן אזוי סאך אלעס אפלאזן?"


גיי אין שול דאווענען; דאוון נישט אין שטוב, אין אפיס וכדומה, דאוון נאר אין שול וועסטו האבן גרויס שפע.


מיר האבן אנגעהויבן נעכטן א נייע זמן אין ישיבה מיט פרישע תלמידים כן ירבו; איך וועל דיר נאך שרייבן, אבער יעצט דארף איך אריין גיין צו די בחורים פארלערנען, "מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן", דאס פרוביר איך נאך צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דעם פארגאנגענעם פרייטאג בין איך צוריק געקומען פון די נסיעה פון ארץ ישראל וואו איך האב אסאך געבעטן פאר דיר אז דו זאלסט ארויס גיין פון דיינע פראבלעמען.


דינסטאג אינדערפרי זענען מיר געפארן קיין יבנאל; מיר האבן געדאוונט שחרית אינעם גרויסן בית המדרש, גלייך נאך שחרית זענען מיר ארויף צום ציון פון מוהרא"ש וואו מיר האבן אויסגעזאגט תהילים אינאיינעם. מיר האבן מקיים געווען וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מיטוואך אינדערפרי האבן מיר געדאוונט ביים ציון פון מוהרא"ש, איך האב דארט פארגעלערנט דעם שיעור פון א בלאט גמרא, אויך דאנערשטאג האבן מיר געדאוונט ביים ציון און געלערנט א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי.


וואס זאל איך דיר זאגן, דעם התעוררות וואס מען שפירט ביים ציון איז אין לשער, עס איז גענוי אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר - א ישועה.


מיטוואך זענען מיר געווען אין טבריה; מיר זענען געווען ביים קבר הרמב"ם. עס איז גאר אנדערש צו זיין ביים ציון פונעם רמב"ם ווען מען לערנט יעדן טאג רמב"ם; ברוך ה' מיר לערנען יעדן טאג דעם לימוד צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן וואס לערנען יעדן טאג א פרק רמב"ם, א טייל פון די בחורים אין ישיבה וואס זענען געקומען מיט די נסיעה לערנען אויך יעדן טאג רמב"ם. נאכדעם זענען מיר ארויפגעקראכן צום קבר פון רבי חייא ובניו, דארט האבן מיר געלערנט דעם פרק תוספתא פונעם טאג; ווען מען לערנט תוספתא, די ברייתות פון רב חייא שפירט מען עפעס מער ווען מען קומט דארט ביים ציון.


איך האב דארט פארגעלערנט פאר די בחורים די גמרא (בבא מציעא, פה:) וואו עס ווערט אראפגעברענגט די מעשה פון רב חביבא בר סורמקי וואס האט דערציילט אז עס איז געווען א צדיק וואס אליהו הנביא פלעגט לערנען תורה מיט אים יעדן טאג, איין טאג איז דער צדיק בלינד געווארן ווייל אליהו הנביא האט אים געוויזן די פלאץ אויבן אין הימל פון רבי חייא, דורכדעם איז אים פארברענט געווארן זיינע אויגן. פארציילט די גמרא אז ער איז געגאנגען צו רבי חייא'ס קבר אין טבריה און אים געבעטן: "מַתְנֵיתָא דְמַר מַתְנִינָא", העלף מיר, איך לערן יעדן טאג תוספתא, איך דארף א רפואה אויף מיינע אויגן, "וְאִתַּסַּאי" און ער איז געווארן צוריק זעעוודיג; מיר האבן דארט געבעטן דעם אייבערשטן אז בזכות וואס מיר לערנען מַתְנֵיתָא דְמַר מַתְנִינָא זאלן מיר זוכה זיין צו קענען היטן אונזערע אויגן. מיר זענען אויך בלינד, מיר האבן ליידער פארברענטע אויגן פון זיך נישט היטן די אויגן.


אז מען איז זוכה צו לערנען משניות, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט יעדן טאג משניות; אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאגט מען די ווערטער פון משניות, מען באקענט זיך מיט די הייליגע תנאים און אמוראים, דערנאך ווען מען גייט אויף מקומות הקדושים שפירט מען א שייכות מיט די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער צו זען אז דו לערנסט ווייטער אויפ'ן 'סדר דרך הלימוד' וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו). בפרט אז דו שטארקסט זיך בלימוד משניות, דו לערנסט יעדן טאג ח"י פרקים משניות וואס דאס וועט דיר אויסרייניגן דיין נשמה און דיר צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אז אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


ווארט אויס, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך; דו זיי ממשיך מיט דיינע תפילות און מיט די סגולות וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.