מכתב יומי

ל ניסן תשע"ט

May 05 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ריינע אויגן; ספעציעל יעצט ווען עס הייבט אן ווערן זוממער און עס איז זייער שווער צו זיין אין גאס, בפרט פאר די וואס ארבעטן אין גאס איז זייער שווער צו האבן ריינע אויגן, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך קענען שטארקן און היטן די אויגן.


פאריגע וואך פרייטאג זענען מיר צוריק געקומען פון א נסיעה אויף ארץ ישראל וואו איך בין געפארן מיט אפאר בחורים תלמידי ישיבה. מיר זענען געווען אין יבניאל עיר ברסלב, דינסטאג אינדערפרי האבן מיר געדאוונט שחרית אינעם גרויסן בית המדרש אין יבניאל, (א גאנצע וואך איז דער בית המדרש פארשפארט, מען דאוונט דארט נאר שבת, אבער מען האט דאס געעפנט פאר אונז). אויף די מחיצה פון די ווייבער שול, ביי די מענער זייט איז אויפגעשריבן מיט גרויסע שיינע ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל"; מוהרא"ש האט געזאגט: "איך האב דאס געשריבן אויף די מחיצה פון די ווייבער שול מיט די כוונה אז אויב וועט איינער פרובירן אריין קוקן צווישן די לעכער פון די מחיצה אין ווייבער שול, זאל ער זיך גלייך דערמאנען פונעם אייבערשטן, אז דער אייבערשטער איז דא; אזוי וועט ער שוין נישט וועלן קוקן".


אזוי ווי דער זוהר הקדוש דערציילט די וואך (פרשת קדושים פד.): "וְכַךְ הֲוָה רַבִּי שִׁמְעוֹן עָבִיד", אזוי פלעגט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זיך פירן. "כַּד הֲוָה אָזִיל בְּמָתָא וַהֲווּ חַבְרַיָּיא אַזְלִין אֲבַתְרֵיהּ", ווען ער איז געגאנגען אין גאס מיט זיינע תלמידים, "וְחָמָא לְאִינְתּוּ שְׁפִּירָאן", און עס זענען געווען דארט פרויען, "מָאִיךְ עֵינֵיהּ, וַהֲוָה אָמַר לְחַבְרַיָּיא אַל תִּפְנוּ", האט ער אראפגעקוקט און געזאגט פאר זיינע תלמידים דעם פסוק (ויקרא יט, ד): "אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים", דער אייבערשטער איז דא, גייט נישט נאך קיין שום אנדערע זאך.


גיי יעצט טובל זיך אין מקוה; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מקוה טוט פאר'ן מענטש, אזוי ווייט אז ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה גייען אוועק אלע קליפות וכו' און דורך מקוה ווערן זיי אינגאנצן אויס, זיי פארלירן די שייכות מיט'ן מענטש; דערפאר זאלסטו גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט אז דו דארפסט די מקוה וכו', דו ביסט נכשל געווען מיט וכו' זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי; "דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא).


מיר זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מאנטאג נאכט, פון דארט זענען מיר גלייך געפארן קיין צפת זיך טובל'ן אינעם מקוה האריז"ל. נאכ'ן זיין אין ערפארט און אויפן עראפלאן צווישן גוים - זענען מיר דאס ערשטע געפארן זיך טובל'ן, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די הייליגע צדיקים וואס ליגן דארט אינעם בית החיים.


דעריבער בעט איך דיר: "גיי אין מקוה", דורכדעם וועסטו אראפ נעמען פון דיר אלע צרות. ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען אין די זעלבע צייט זיין נשמה אויבן אין הימל און מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל-יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג פון די ימי הספירה דארפן מיר ארבעטן אויף אונזערע מידות מיר זאלן נישט מזלזל זיין אין א צווייטן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געהאט פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", וואס אלע זענען נעבעך אויסגע'הרג'עט געווארן ווייל זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער דעם צווייטן און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה; דארפן מיר אכטונג געבן און מכבד זיין איינער דעם אנדערן, רעדן שיין צו א חבר אזוי ווי דו וואלסט ווען געוואלט מען זאל רעדן צו דיר.


בפרט צווישן אונז - תלמידי היכל הקודש - דארף מען זייער אכטונג געבן אז עס זאל זיין אחדות, נאכדעם וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאך נישט מקוים געווארן און הלואי זאל עס מקוים ווערן צווישן תלמידי היכל הקודש.


עס איז דא א שארפע דיבור פון מוהרא"ש, עס איז אזוי שארף אז איך ווייס נישט צי איך זאל עס בכלל שרייבן, אבער אז מוהרא"ש האט עס געזאגט איז עס אזוי: "אויב מען האט פיינט איינער דעם צווייטן איז א שאד די שפעזן קיין אומאן!" דער הייליגער רבי קען יעדן איינעם פאררעכטן, אבער אז מען האט זיך פיינט איינער דעם אנדערן איז זייער ביטער. בעט איך דיר זייער זאלסט אפלאזן אלע קריגערייען; אז א צווייטער האלט אנדערש ווי דיר דארף מען זיך נאך נישט פיינט האבן.


נעם די מתנה פון רבי'ן, די מתנה פון 'התבודדות'; שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, וויין צו אים ער זאל דיר העלפן אויסלייטערן דיינע מידות, בעט אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט פיינט האבן א צווייטן איד, איך זאל שטענדיג זוכן דאס גוטס ביי א צווייטן און איך זאל וועלן טון א טובה פאר א צווייטן איד אפילו יענער איז אנדערש פון מיר. רבונו של עולם געב מיר גוטע מידות, געב מיר א ריינע הארץ איך זאל זוכן ווי איך קען העלפן א צווייטן איך זאל נישט טראכטן נאר פון מיר".


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט (צעטל קטן, אות טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות; אז מען ארבעט נישט אויס די מידות איז מען נישט קיין מענטש. א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות אזוי ווי עס שטייט (איוב יא, יב): "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד", א מענטש ווערט געבוירן ווי אן אייזל אן שכל און ער דארף ארבעטן אויסצוארבעטן זיינע מידות.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר; בפרט יעצט זענען אריין געקומען פרישע תלמידים, בחורים וואס ווילן לעבן א חיים טובים מיט'ן רבינ'ס עצות. דאס איז א מעשה פון תפילה, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך וויל זוכה זיין צו תלמידים הגונים, תלמידים וואס ווילן לעבן מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען אריין געקומען איידעלע ריינע בחורים דארף איך גיין צו זיי.


א גוטן טאג.