מכתב יומי
ב אייר תשע"ט
May 07 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט און די *בחורים בריוו* איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב איבער פאר דיין ווייב אז דעם קומענדיגן זונטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען א פארטי אין ישיבה פאר די מוסדות און אויב זי קען רופן אירע חבר'טעס און באקאנטע; זאג איר אז איך בעט איר פערזענליך זי זאל מיר העלפן, יעדע מענטש וועם זי רופט העלפט און יעדע נדבה וואס זי קען אריינברענגען העלפט, אפילו א קלייניקייט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול", יעדע פרוטה רעכנט זיך צוזאם פאר א גרויסע חשבון.
אין דעם זכות וואס מען העלפט די מוסד וואו מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויפ'ן וועג וואס דער רבי האט אונז געגעבן וועלן מיר זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.
איך וויל דיר בעטן זאלסט מתפלל זיין פאר אונז; מיר האבן א צרה אז די שטאט האט זיך אריין געזעצט אין אפיס. שוין באלד צוויי וואכן וואס זיי קומען יעדן טאג. פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט זיצן זיי אין אפיס צוליב די מיזעלס אויסברוך; עס איז זייער שווער פאר די אפיס און מיר קענען נישט אנגיין מיט די ארבעט, בעט דעם אייבערשטער זיי זאלן נישט קומען און אלעס זאל דורך גיין בשלום, אונזער עצה איז 'תפילה'.
היינט נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום אין ישיבה; זיי מיר מוחל פארן מודיע זיין אזוי שפעט איבער דעם פרויען צוזאמקום, איך בין פשוט זייער פארנומען. איך בין צוריק געקומען ערב שבת פון די נסיעה און גלייך זונטאג אנגעהויבן ישיבה - א פרישע זמן מיט פרישע בחורים, איך קום פשוט נישט אן צו די ארבעט וואס ליגט אויף מיר. בעט איך דיר זייער אויב דו קענסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קומען הערן אביסל חיזוק, אביסל עצות פאר'ן לעבן, יישר כח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
קיינער וועט דיר נישט קענען העלפן מיט דיין צרה, דו האסט נאר איין עצה: זיך ווענדן צום אייבערשטן! פרוביר די עצה פון רבי'ן, גיי אין א זייט, אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דאס הארץ; בעט דעם אייבערשטן אויף פראסט אידיש ער זאל דיר העלפן און דיר ארויסנעמען פון דיין צרה. אז דו האסט נישט קיין ווערטער צו רעדן, דו ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט וכו' זאג די ווערטער: "רבונו של עולם העלף מיר!", די ווערטער זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל, אפילו עס זעט אויס אינטערעסאנט צו זאגן די זעלבע ווערטער נאכאמאל און נאכמאל אן זאגן מיט וואס ער זאל העלפן, דאך זאלסטו אויף גארנישט קוקן, זאג נאכאמאל און נאכאמאל: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער נעם מיר ארויס פון מיין צרה, העלף מיר, העלף מיר", וועסטו זען גרויסע ניסים.
א שאד זיך צו פארלאזן אויף א בשר ודם; א מענטש האט נישט קיינעם אויף די וועלט. נישט דא קיין חברים, א מענטש איז איינער אליין אויף די וועלט, די חברים זענען גוט ווילאנג זיי קענען האבן א נוצן, א טובת הנאה. מוהרא"ש האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן לעבן אן אמת'ע לעבן און וויסן וואס מענטשן זענען. נישט נאכלויפן מענטשן און זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן, נאר לעבן מיטן באשעפער; טראכטן פון אים און זיך פארלאזן נאר אויף אים, אזוי ווי ירמיהו הנביא זאגט (ירמיהו יז, ז): "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר", געבענטשט איז דער מענטש, "אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואס פארלאזט זיך נאר אויפ'ן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.
איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג אביסל גמרא; הלואי ווען דו קענסט אריין שטופן אין דיינע טרדות א דף גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד) אז ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית און ער איז איר אינגאנצן מכניע; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "כל זמן א איד בלעטערט דפים גמרא, וועט ער ווערן אן ערליכער איד".
געלויבט דעם אייבערשטן אז עס האט זיך אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה און עס זענען צוגעקומען פרישע בחורים. אינדערפרי איז דא א שיעור אכט אזייגער ווי מיר לערנען פאר א בלאט גמרא אין תלמוד בבלי און א בלאט גמרא אין תלמוד ירושלמי, נאכדעם לערנען מיר ביז שחרית - יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן, צען אזייגער דאווענען מיר שחרית. נאך שחרית איז דא א שיעור התחזקות אויף לשון הקודש; עס זענען נתרבה געווארן בחורים פון ארץ ישראל וואס זיי פארשטיין נישט קיין אידיש געב איך זיי א שיעור. נאך פרישטאג לערנט יעדער איינער זיינע שיעורים, ח"י פרקים משניות און גמרא ש"ס כסדרן. מנחה דאווענען מיר דריי אזייגער, פאר מנחה איז דא א שיעור גמרא ביז הלכה, יעצט לערנען מיר מסכת ברכות פרק שישי - כיצד מברכין און הלכות ברכות. נאכמיטאג, פינף אזייגער לערנען מיר אינעם ספר סיפורי מעשיות.
זיי מתפלל פאר מיר אז איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די ארבעט, עס קומט נאר צו נאך און נאך ארבעט יעדן טאג.
שטיי נישט אין דער זייט; שארץ דיר אויך ארויף דיין ארבל און הייב אן טון פאר אידישע קינדער, באלד קומט שוין משיח צו גיין און ער וועט דיר פרעגן: "וואס האסטו געטון פאר מיר איך זאל קענען קומען?" זיי א חלק אין די הייליגע ארבעט פון משמש זיין דעם רבי'ן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.
היינט נאכט קומט פאר אין ישיבה א פרויען פארברענג, מארגן וועט זיין אין קרית יואל און זונטאג וועט זיין אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד. נאך אביסל וועט מען זיך צוזאמקומען אין יעדע שטאט וואו עס וואוינען אידן זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
יעצט ווען דו שטייסט אין די צייט פון שידוכים זע ארום צו גיין מיט א שמייכל און רעד צו אלעמען מיט א שמייכל, דורכדעם וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען.
מענטשן זוכן א בחור א בעל מידות; איינער וואס רעדט שיין צו א צווייטן און איינער וואס איז א פרייליכער, קיינער וויל נישט נעמען פאר זיין טאכטער אן אנגעצויגענער בחור, א בחור וואס טראכט נאר פון זיך.
פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע; זיי זיך מתודה מיט די נוסח קריאת שמע של אריז"ל, דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דיינע פלעקן. זאג פאר'ן אייבערשטן אפאר ווערטער אויף אידיש: "רבונו של עולם העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון די עבירה פון פגם הברית; וואס זאל איך טון אז יעדן טאג זאג איך דיר צו אז איך גיי זיין ערליך און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ! העלף מיר אייבערשטער, געב מיר מיין שידוך וועל איך זיין ערליך".
רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.