מכתב יומי

א אלול תשע"ט

September 01 2019

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי השם... עס איז אריבער הערליכע צען וואכן אין קעמפ וואו מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די חשוב'ע משפחות און טייערע תלמידים וואס מיר האבן געהאט אין קעמפ – ממש מעין עולם הבא.


אז מען קוקט צוריק ווען די ישיבה האט זיך אנגעהויבן פאר עלף יאר צוריק, אום ה'תשס"ט מיט אפאר בחורים, אלע האבן געלאכט, מען האט אפגעשפעט; אפילו פון אינעווייניג וכו' האבן געשפעט, און יעצט האלטן מיר שוין דא, א בחורים קעמפ, א באזונדערע מיידל קעמפ, צענדליגע משפחות וכו', וכו'.


נעכטן ביי מלוה מלכה האבן מיר גערעדט פון וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט) אום ראש חודש אלול: "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז צוגעקומען צו מיר מיין טאכטער אדל און מיר געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", האט דער רבי דעמאלט מגלה געווען דעם תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון דאס ווארט "אלול"; אז ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער כאפט וואס ער האט אלץ געטון און ער טוט תשובה דערויף, דעמאלט אלע קינדער – סיי די קינדער און סיי די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון זינד – פגמי הברית, אלע טוען תשובה.


מיר האבן גערעדט פון חינוך הבנים והבנות, אז חינוך הייבט זיך אן ביים מענטש אליין; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל תורה וועלן די קינדער אויך לערנען תורה, אז מען איז מקפיד אויף די דריי תפילות: שחרית, מנחה און מעריב וועלן די קינדער אויך דאווענען; אלעס ווענדט זיך אין (דברים ל, ו): "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶ'ת לְ'בָבְךָ", דעמאלט וועט זיין וְאֶ'ת לְ'בַב זַרְעֶךָ".


מיר האבן דערציילט די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אז אמאל איז א פרוי געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויפן הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער; דעריבער זאלסטו מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער פאר'ן גיין שלאפן, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפ גיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, ברענג נישט אריין אין דיין הויז קיין שום כלי וואס האט אינטערנעט אדער וואס מען קען זיך דערצו באהעפטן. האלט דיין שטוב ריין; זיי נישט קיין אויבער חכם און מאך נישט חוזק פון די ערליכע אידן, אז דו וועסט פאלגן מוהרא"ש זכרונו לברכה און האלטן דיין שטוב זויבער און ריין וועסטו נישט חרטה האבן.


פון די וואך דאנערשטאג אם ירצה ה' וועט זיך צוריק אנהייבן די ליל שישי שיעורים; איך האף דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.