מכתב יומי
כח אב תשע"ט
August 29 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר פירן זיך צו זאגן היינט יום כיפור קטן, ווען ראש חודש געפאלט אום שבת – אזוי ווי היי יאר, זאגט מען דאנערשטאג יום כיפור קטן. עס איז אנגענומען ביי אלעמען צו זאגן ערב ראש חודש אלול יום כיפור קטן, זאלסטו זען צו זאגן היינט יום כיפור קטן. היינט איז א טאג פון תשובה, א טאג פון זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות מיט די תפילות פון אלע אידן.
זאג מזמורי תהילים וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה איז יעדער עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.