מכתב יומי
ב אלול תשע"ט
September 02 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער טייערער ליבער חבר, לערן יעדן טאג דעם דף גמרא; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס גמרא טוט, גמרא פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.
היינט זענען מיר מסיים תלמוד ירושלמי סדר זרעים; מיר האבן אנגעהויבן פאריאר זוממער אין קעמפ נאכאמאל ירושלמי און יעצט – א יאר דערויף האבן מיר שוין מסיים געווען גאנץ סדר זרעים.
איך בעט דיר, כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא – וועסטו זיך בויען אן אייגענע הויז, א ב'י'ת' נצחי. מוהרא"ש זאגט אז ווער עס לערנט די דריי שיעורים יעדן טאג – ב'בלי, י'רושלמי און ת'וספתא וואס איז ראשי תיבות בי"ת – דער בויט זיך אן אייביגע הויז.
ברוך ה' די ישיבה גייט אן; היינט האבן מיר אנגעהויבן צוריק ישיבה אין ווליאמסבורג, יעדן אינדערפרי אכט אזייגער איז דא א שיעור אין בבלי און ירושלמי, כאפ זיך אריין אין גן עדן; קום ארויף אין ישיבה אטעמען די ריינע הייליגע לופט וועסטו זיך אויפפרישן און אויך אנהייבן לערנען.
איך בין נעכטן צוריק געקומען פון קעמפ; איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן מער באריכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן אז ישיבה און חדר האבן זיך אנגעהויבן היינט מיט א פרישקייט, מיט א התחדשות אזוי ווי פאר עלף יאר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה.
איך שרייב דיר דא אראפ דעם סדר היום, אז אויב דו וועסט וועלן אביסל טרינקען פונעם קוואל פונעם נחל נובע, הערן דיבורים פונעם הייליגן רבי'ן זאלסטו קענען מיט האלטן.
אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; מיר לערנען א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס א שעה שפעטער, אבער אלע טעג פון די וואך קומט די שיעור פאר אום אכט אזייגער, דעם שבת'דיגן דף לערנט מען מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן.
בערך אכט דרייסיג – גלייך נאכ'ן בלאט גמרא לערנט מען א בלאט ירושלמי; היינט האבן מיר זוכה געווען מסיים צו זיין תלמוד ירושלמי – סדר זרעים, מארגן הייבן מיר אן ירושלמי סדר מועד, מסכת שבת.
נאך די צוויי שיעורים געב איך א שמועס פאר אונזערע מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער.
צען אזייגער דאווענען מיר שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים – יעדער פאר זיך – זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא; נאכדעם צוויי אזייגער איז דא א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה און פונף אזייגער קומט פאר די שיעור התחזקות, געפלאכטן דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש.
אין דריי וואכן ארום פארן מיר שוין קיין אומאן; איך האף אז דו וועסט קומען, דו וועסט צעברעכן אלע מניעות. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".
נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.
דער ברסלב'ער רב רבי אהרן זכרונו לברכה איז געקומען צום רבי'ן בעפאר דעם לעצטן ראש השנה פאר דער רבי איז אוועק - שנת תקע"א, און ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז אים זייער שווער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל ער קען נישט איבער לאזן זיין קהילה, האט זיך דער רבי אנגערופן און געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תו): "ווי אזוי זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס דער פון איז ניט פארהאנען, איי אנדערע גוטע יודן זאגן ניט אזוי, איז נאך א קשיא".
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען דער רבי וואלט ווען נישט געהייסן אז מען זאל קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, וואלט ער געווען דער ערשטער נישט צו פארן; ווייל עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו פארן, עס איז שווער ברחניות ובגשמיות וכו', אבער אז דער רבי האט געהייסן קומען דארף מען גיין מיט מסירות נפש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.