מכתב יומי
א חשון תשע"ט
October 10 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טייערער ברודער, אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם מיט שווערע נסיונות - אלעס נאר ווייל מען וויל זען צו וועם מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה; צי דער מענטש וועט ארויס זאגן פון מויל א ווארט צום אייבערשטן, צי ער וועט שרייען 'טאטע!'
דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות נישט אראפ צו פאלן ווען עס גייט אויף דיר אריבער שוועריקייטן; זאג ארויס א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס נאר אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז מיט א פונקטליכער חשבון".
דער הייליגער רבי האט אמאל פארציילט א מעשה אז א קעניג איז געגאנגען אין וואלד - אין באגלייטונג פון באדינער און מיניסטארן - כאפן א הערש, אינמיטן האט מען געזען ווי עס קומען צו גיין שווארצע וואלקענעס אנדייטנדיג אז עס גייט אנפאלן א שלאקס רעגן. די מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן אנגעהויבן קווענקלען צי מען זאל ממשיך זיין מיטן פאנגען צי נישט, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין"; האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין".
דאס זאג איך אויך: "איך גיי נישט צוריק, איך בלייב מיט מוהרא"ש ווי לאנג איך לעב און איך וועל פרובירן צו העלפן כאפן דעם הערש"; מוהרא"ש זאגט: "וואס באדייט דער הערש וואס דער רבי וויל כאפן? נאר 'צבי' באטרעפט 102, און 'אמונה' איז אויך 102, דער רבי וויל אריין ברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט אז עס זאל שוין מקוים ווערן לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַי"; בעט איך דיר אויך מיין טייערער ברודער שטארק דיר און לאמיר העלפן דעם רבי'ן כאפן דעם הערש, לאמיר פארשפרייטן די אמונה פאר די גאנצע וועלט.
היינט נאכט קומט אם ירצה ה' פאר א פרויען צוזאמקום; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל זיך קענען קומען מחזק זיין מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן. א פרוי דארף מער חיזוק פונעם מאן; זי איז א גאנצן טאג מיט די קינדער, זי האט נישט קיין מנחה מעריב יעדן טאג וואו זי קען זיך ארויס גליטשן פון שטוב און זיך אויסלופטערן וכו', דעריבער זאלסטו זען צו בלייבן אין שטוב אז זי זאל קענען קומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.