מכתב יומי

ל תשרי תשע"ט

October 09 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט זיך זען צו אינטערעסירן אויף דיינע קינדער ביי זייערע מלמדים און טיטשערס; עס איז נישט גענוג צו שיקן די קינדער אין חדר און אין סקול און מיט דעם יוצא זיין דאס מחנך זיין די קינדער, נאר עלטערן דארפן מיט האלטן וואס טוט זיך אין חדר און אין סקול; מיט וועם דאס קינד חבר'ט זיך, צי דאס קינד האלט מיט די לימודים און העלפן די קינדער מצליח זיין די מערסטע וואס זיי קענען.


בפרט ווען דאס קינד איז אין די יאר פון לערנען עברי דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ער זאל מיט האלטן יעדן טאג וואס מען לערנט אין חדר; די יאר וואס מען לערנט עברי איז דער וויכטיגסטער יאר פאר א קינד, אויב מען פארנאכלעסיגט די יאר וועט דאס קינד בלייבן חס ושלום א בעל מום אויף זיין גאנצע לעבן השם ישמרינו. ער וועט נישט קענען מיט האלטן די לימודים דורכאויס זיינע יארן אין חדר און אין ישיבה, זעלבסט פארשטענדליך אז אויב מען האלט נישט מיט דאס לערנען שטערט מען דעם מלמד און אז מען שטערט דעם מלמד שיקט דער מלמד ארויס דאס קינד פון כתה, און אז דאס קינד איז אינדרויסן פון כתה טרעפט מען זיך שלעכטע חברים וואס פירן אוועק פונעם גלייכן וועג; דאס אלעס הייבט זיך אן אז דאס קינד קען נישט קיין עברי.


אז מען האט קינדער וואס גייען אין חדר קען מען נישט אוועק פארן אויף שבתים וכדומה, ווייל קינדער טארן נישט פעלן פון חדר, אפילו פרייטאג און זונטאג. בפרט אז מען האט קליינע קינדער וואס לערנען עברי - למשל כתה א' אדער ב', דארף מען זיין זייער פארזיכטיג אז די קינדער זאלן נישט פארפעלן קיין איין טאג, ווייל אויב פעלן זיי אפילו איין טאג קען דאס זיי שאטן פארן לעבן. אפילו צו משפחה שמחות איז נישט כדאי צו נעמען די קינדער וואס לערנען ליינען עברי, ווייל אויב די קאפ איז נישט געהעריג וַואך קען דאס ביי זיי קאליע מאכן די גאנצע לימוד פון לערנען עברי. אין פאל א קינד שפירט זיך חס ושלום נישט גוט און ער קען נישט קומען אין חדר איז זייער וויכטיג מען זאל זיך פארבינדן מיטן מלמד כדי מען זאל וויסן וואס צו טון אז דאס קינד זאל נישט ארויס פאלן און בלייבן אונטערשטעליג.


לכאורה וואלט געדארפט זיין ביי עלטערן א דבר פשוט צו וויסן און פארשטיין אז מען דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט די חינוך פון די קינדער; עס וואלט געדארפט זיין איבעריג צו שרייבן איבער דעם נושא, אבער איך מוז שרייב פון דעם ווייל איך זע אז נישט אלע עלטערן מאכן זיך וויסנדיג און נישט אלע עלטערן כאפן וואסערע אחריות זיי האבן ווען די קינדער גייען אין חדר אז די קינדער זאלן קומען יעדן טאג און מיט האלטן די לימודים.


קינדער דארפן גיין אין חדר יעדן טאג; מען קען נישט פרעגן די קינדער אינדערפרי צי זיי ווילן גיין אין חדר, אח און וויי פאר די עלטערן וואס געבן פאר קינדער די ברירה אליינס צו מחליט זיין וואס זיי ווילן, וויי פאר די עלטערן וואס זענען נישט מחנך זייערע קינדער אין זייערע יונגע יארן, די קינדער וועלן חס ושלום ארויס גיין לתרבות רעה.


עס זענען דא עלטערן וואס האבן געכאפט אסאך פעטש ווען זיי זענען געווען קינדער און דאס מאכט זיי טראכטן אז מען טאר נישט זאגן פאר קינדער וואס צו טון מטוב ועד רע ווייל זיי ווילן נישט נאכמאכן זייערע עלטערן וכו'; אמת, מען טאר נישט געבן קיין שלעק פאר קינדער, מען דארף האבן אסאך סבלנות ווען מען ציט אויף קינדער; פעטש העלפט נישט פאר חינוך, עס איז נאר א געצייג אויס צו געבן די כעס השם ישמרינו, אבער מען דארף וויסן אז עס איז דא א מיטל וועג; לאזן די קינדער טון וואס זיי ווילן דאס איז די זעלבע רציחה ווי זיי שלאגן.


פאר קינדער דארף מען זאגן וואס צו טון, מען קען נישט געבן פאר א קינד די ברירה ער זאל בוחר זיין צי ער וויל דינען דעם אייבערשטן אדער חס ושלום נישט, מיר דארפן מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לערנען, דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים. אז מען וועט פרעגן א קינד אויב ער וויל דאווענען אדער שפילן וועלן אלע בוחר זיין אין שפילן, אז מען וועט פרעגן א קינד וואס ער וויל עסן פאר נאכטמאל פלייש אדער נאש וועלן אלע זאגן נאש, אז מען וועט פרעגן א קינד צו ער וויל שוין אהיים קומען שלאפן אדער אויפבלייבן שפילן ביז אין די נאכט אריין, וועלן אלע זאגן אויפבלייבן, דעריבער איז נישט שייך צו פרעגן די קינדער וואס זיי ווילן, נאר מען דארף זיי זאגן וואס צו טון. א קינד דארף מען מחנך זיין, מען פרעגט נישט א קינד וואס ער וויל, מען דארף זיי זאגן וואס צו טון.


אונזער מוסד איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך; איך האלט מיט יעדע איינציגסטע קינד ווי ער האלט און וויפיל ער לערנט - סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך, יעדע מלמד און יעדע טיטשער, אבער אז די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג איז דאס א פשיעה, חינוך הבנים והבנות דארף זיין די וויכטיגסטע זאך ביי א מענטש.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; מיר האבן אנגעהויבן די וואך א פרישע זמן מיט אסאך פרישע תלמידים - געלויבט דעם אייבערשטן. מיר לערנען אין איין טאג מיט די בחורים מער ווי א דורכשניטליכער בחור לערנט דורכאויס א גאנצע זמן אין זיין ישיבה, אינדערפרי איז דא א שיעור אין גמרא - א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי, דאס קומט פאר יעדן איינציגסטן טאג, ביי אונז איז נישט דא קיין תירוצים: 'היינט איז דא א חתונה', מארגן אן אנדערע תירוץ, נאר דער דף שיעור שניידט יעדן טאג. די וואך דאנערשטאג גייען מיר מסיים זיין ירושלמי מסכת ברכות און פרייטאג הייבן מיר אם ירצה ה' אן מסכת פאה.


פארמיטאג לערנען מיר מסכת תענית, מיר גייען יעצט מסיים זיין די מסכתא, און דערנאך וועלן מיר נעמען א נייעם מסכתא.


נאכמיטאג איז באשטימט געווארן א נייע שיעור אין הלכה פאר בחורים וואס ווילן לערנען אין די זייטיגע צייט הלכות שבת; נאכדעם פארנאכטס איז דא דער שיעור התחזקות, מיר האבן אנגעהויבן לערענען די מעשה פונעם פארלוירענעם בת מלך (סיפורי מעשיות, מעשה א).


דעריבער קען איך יעצט נישט מאריך זיין ווייל די בחורים ווארטן אויף מיר און זיי זענען ביי מיר חשוב'ער פון אלעס אויף דער וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז.): "וּמִתַּלְמִידַי יוֹתֵר מִכֻּלָּן".


איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות איבער דעם נושא, ווייל חינוך איז פון די עבודות הקשות פון א איד.


א גוטן טאג.