מכתב יומי
א חשון תשפ
October 30 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר און דיר שוין לאנג נישט געזען, וועל איך דיר אביסל דערציילן וואס טוט זיך אין ישיבה.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אריין אינעם צוועלפטן יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, די ישיבה האט זיך געעפנט בשנת תשס"ט לפרט קטן; יעצט זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, דעם זמן זענען אנגעקומען פרישע טייערע ליכטיגע בחורים וואס עס איז נאך נישט געווען ביז יעצט.
אינדערפרי הייבט זיך אן דער טאג מיט'ן שיעור גמרא, אכט אזייגער לערנט מען פאר דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי; שחרית דאוונט מען צען אזייגער; נאכדעם לערנען די בחורים - יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, גמרא והלכה וכו'; צוויי אזייגער איז דא א שיעור אין גמרא, רש"י, תוספות - ביז הלכה; דריי אזייגער איז מנחה, און פינף אזייגער קומט פאר דער שיעור התחזקות.
אויך די חדר גייט אן מיט א שטארקייט, און אזוי אויך גייט די סקול אן מיט די זעלבע וועג ווי אלע יארן; מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה, מען לערנט מיט די קינדער חכמת החיים - ווי אזוי צו קענען לעבן א חיים טובים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען לעבט ווען דאס לעבן גייט נישט ווי אזוי מען וויל, נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל, און ווי מען האט געפלאנט; מען זאל וויסן און לעבן מיט די ידיעה אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס אלעס איז ער אליינס, און מען קען נישט פארשטיין 'פארוואס', 'פאר ווען' און 'פאר ווי'; אויך דער כולל להוראה גייט אן מיט א שטארקייט, מען לערנט הלכות שבת און הלכות טהרה, די אינגעלייט לערנען מיט א שטארקע התמדה.
איך בין געווען דעם פארגאנגענעם שבת אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט צום גלייבן וואס טוט זיך דארט, מען שפירט דארט אזא הייליגקייט, אלע אינגעלייט לעבן מיט א ליבשאפט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן; אלע דיבורים וואס מען רעדט דארט איז פון רבי'ן, מען שפירט דארט עפעס וואס מען שפירט נישט ערגעץ אנדערש.
מיר האבן געעפנט א כולל בוקר להלכה וואו עס זיצן אינגעלייט תלמידי חכמים און לערנען הלכות טהרה, זעקס אזייגער אינדערפרי; ביינאכט איז דא א שיעור אין גמרא, מען לערנט פאר דעם בלאט גמרא, רוב איינוואוינער האלטן מיט דעם שיעור.
וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין סיפורי מעשיות (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה) וואו דער רבי דערציילט פונעם קאך, מיט די פייגל וכו'; דאס זעט מען אין היכל הקודש, דער קאך קאכט ווייטער פיינע עסן און די פייגל פאכענען אלץ מיט די פליגלען, זיי מיינען אז זיי וועלן אויסלעשן דעם פייער, אבער זיי צינדן אן דעם פייער שטערקער וכו', און אלע וואס רעדן וכו' און האבן טענות אז עס שטינקט, זאגט זיי דער גיבור: "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען", וד"ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת נח, ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
הייב אן פונדאסניי; דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן, אפילו דו ביסט אזוי טיף אראפגעפאלן וכו'.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז, אזוי ווייט אז די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב) דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ - וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וְאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וְאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט אנטקעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.
מארגן וועט זיין א שיעור אם ירצה ה'; איך האף דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.