מכתב יומי
ב חשון תשפ
October 31 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נח, ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער טייערער ..., פארליר זיך נישט! אפילו עס זעט אויס ווי עס איז עק וועלט, דו זעסט נישט קיין וועג ארויס פון דיין צרה; אלעס איז טונקל, אלעס איז פארמאכט, פארשלאסן און פארהאקט וכו' – לויף צום אייבערשטן און בעט אים ער זאל דיר ליכטיג מאכן, אזוי ווי דער נביא זאגט (מיכה ז, ח): "כִּי אֵשֵׁב בַּחֹשֶׁךְ", ווען איך זיץ אין פינסטערניש, "ה' אוֹר לִי", מאכט מיר דער אייבערשטער ליכטיג.
איך האף אז דיין ווייב תחי' האט הנאה געהאט פונעם שיעור די וואך.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור; בלייב נישט אין דיין לאך און אין דיין קטנות, טראכט נישט: 'וואס וועל איך שוין הערן? די זעלבע ווערטער?!' 'איך ווייס שוין אלעס'; נאר קום צום שיעור, קום אריין אינעם תיבה פונעם רבי'ן זיך צו ראטעווען פונעם מבול, בלייב נישט אינדרויסן לאכן וכו'.
דער רבי האט געזאגט: "א קונץ אראפ צו ווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד"; דאס גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליינס, מען זאל זיך נישט אראפ ווארפן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.