מכתב יומי

ל תשרי תשפ

October 29 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך חבר'ן מיט גוטע חברים, מיט אינגעלייט וואס זייער חיות איז דער הייליגער רבי; אזוי וועסטו אויך האבן חיות פונעם הייליגן רבינ'ס עצות. און דו זאלסט אנטלויפן פון לצים, אנטלויף פון די וואס מאכן א געשפעט פונעם רבינ'ס ווערטער.


וויסן זאלסטו אז מען קען אלעס אוועק מאכן און מען קען פון יעדן איינעם חוזק מאכן, אבער ווען מען מאכט חוזק פון אן ערליכער איד דארף מען וויסן אז דער ערליכער איד טוישט זיך נישט - ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, ער איז ווייטער דבוק אינעם אייבערשטן און ער האט זיך ווייטער זיין חיים טובים, ער האט שלום בית און ער האט הנאה אהיים צו גיין צו זיין ווייב און קינדער וכו'; ווער ליידט פון ליצנות? דער לץ וואס מאכט ליצנות און די מענטשן וואס הערן אים אויס, דער וואס הערט רעדן אויף א צדיק און אויף דעם וואס איז אים מזכה צו לערנען, צו דאווענען און צו האבן שלום בית, דער קען שוין נישט הערן קיין עצות פון דעם ערליכן איד, ווייל ער האט געהערט אויף אים ליצנות.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; מיר האבן אנגעהויבן א נייע זמן, מיר זענען אריין אינעם צוועלפטן יאר בעזרת השם. ברוך ה' מען רעדט די זעלבע דיבורים פון אנהייב ביז יעצט, גארנישט האט זיך נישט געטוישט; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען נעמען אביסל חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט און הערן עצות ווי אזוי אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וויי וויי, געוואלד געוואלד! ווי מעג א איד גיין אין א שוויץ מיט גוים און גוי'טעס? עס איז דאך גילוי עריות! מען רייסט זיך אפ אינגאנצן פונעם אייבערשטן און נאכדעם באצאלט מען א ביטערער עונש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, "חוּץ מִן הַזְּנוּת", אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש; וויי פאר דעם וואס גייט אין אזא פלאץ, ביים סוף וועט ער אלעס פארלירן.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון חברים וואס שלעפן דיר אין אזעלכע פלעצער, האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין לעבן און אויף דיין נשמה; לאך נישט אפ פון וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ, נעם אן די ווערטער וועט דיר גוט זיין. שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דו טוסט קיינעם נישט קיין טובה אז דו וועסט אננעמען די ווערטער, נאר פאר דיר אליין.


אז דיין ווייב וועט געוואויר ווערן וואו דו גייסט איז ביי מיר ברור אז עס גייט גלייך זיין א גט און דו וועסט ווערן פארוואגלט פאר'ן לעבן; טו תשובה, לאז זיך אפ פון די חברים.


געדענק, איך האב זיך געבעטן ביי דיר.