מכתב יומי

א חשון תשפ"ב

October 07 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט די עבירה זאל דיר אראפווארפן; אז דו ביסט אראפגעפאלן, האסט עובר געווען נאכאמאל אויף די ביטערע עבירה רחמנא לצלן - זאלסטו יעצט האבן שכל נישט זיך אונטערגעבן אינגאנצן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף עַל פִּי כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאכְדֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות ביז מען ווערט א צדיק; דער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק (בראשית ו, ט); אז מען האט סבלנות, מען איז נח, 'נח' איז א לשון פון 'סבלנות', דעמאלט, איש צדיק - ווערט מען א צדיק.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך בעט דיר זייער, קום שעפן פונעם נחל נובע מקור חכמה, קום הערן ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין קינד קומט אהיים מיט טענות אויף זיין מלמד אדער טיטשער, זאלסטו אכטונג געבן זיך נישט צו פארלירן און חרוב מאכן די חינוך פון דיין קינד דורכ'ן אנהייבן רעדן צום קינד אדער אין זיין געגנווארט קעגן די חדר און סקול; פאר'ן קינד זאלסטו זאגן: "איך גיי רופן דיין מלמד אדער טיטשער", און אים זאגן אז מען מוז האבן דרך ארץ, מען מוז זיין וואויל.


איך האב אויך הארץ עסעניש ווען מיין קינד קומט מיר זאגן אז מען האט אים נישט מיט גענומען צום טריפ, אדער מען האט אים ארויסגעשיקט פון כיתה וכדומה; איך דארף זיך זייער שטארקן נישט צו ווערן פארלוירן און רעדן קעגן דעם מלמד אדער טיטשער.


יעדעס מאל עס איז דא עפעס א געראטשקע זאג איך פאר מיינע קינדער איין זאך: "מען מוז זיין דרך ארץ'דיג!" אפילו איך דארף זיך בייסן מיינע ליפן נישט צו זאגן וואס איך האב צו זאגן וכו'; איין זאך געדענק איך: 'נישט חרוב מאכן די חינוך פון די קינדער'.


קענסט רופן פרעגן דעם מלמד וואס גייט פאר, קענסט זיך אינטערעסירן; נישט נאר קענסט זיך אינטערעסירן נאר דו זאלסט זיך כסדר אינטערעסירן און זען אז דיינע קינדער זאלן האבן דרך ארץ.


איך האב געמיינט אז איך האב שוין אוועק געשטעלט די מוסדות, איך קען זיך שוין אביסל אפרוען; יעצט זע איך אז איך האב נאך אסאך ארבעט, יעדע זמן פרישע ארבעט איינצושטעלן דרך ארץ ביי די קינדער און ביי די מיידלעך, איך ארבעט ברוך השם געשמאק שווער.


היינט וועט זיין די שיעור; די שיעור איז נישט פאר בחורים, נאר פאר אברכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.