מכתב יומי
ד חשון תשפ"ב
October 10 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט זענען מיר מסיים מסכת ביצה און מארגן הייבן מיר אן מסכת ראש השנה; איך וויל דיר זייער בעטן, וועק זיך אויף פון שלאף, הייב אן מסכת ראש השנה. לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, לאז נישט דורך א טאג אן לערנען, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קו:) "גְּמָרָא גְמוֹר זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא", זאגן די הייליגע צדיקים: "גְּמָרָא גְמוֹר" – אז מען איז גורס די הייליגע גמרא, מען זאגט די ווערטער, דעמאלט: "זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא" – פארשניידט דאס אלע קליפות הסובבים את השושנה העליונה.
אויך זאלסטו חזר'ן אמונה; אמונה איז די רפואה ארויסצוקריכן פון עבירות, אמונה איז די עצה ארויסצוקריכן פון תאוות ניאוף. ווען דו ליינסט קריאת שמע, דו זאגסט 'שמע ישראל' - זאלסטו זיך גוט אויסוויינען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "אִם הוּא, חַס וְשָׁלוֹם, רָגִיל בְּהִרְהוּר שֶׁל הַתַּאֲוָה הַכְּלָלִיּוּת, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אויב מען איז אזוי טיף אריינגעפאלן אין די תאוה רחמנא לצלן, "וְאֵינוֹ יָכוֹל לְהַפְרִיד מִמֶּנָּה", און מען קען זיך נישט אפרייסן דערפון, "אֲזַי צָרִיךְ גַּם כֵּן לְהוֹרִיד דְּמָעוֹת בִּשְׁעַת קַבָּלַת מַלְכוּת שָׁמַיִם", זאל מען וויינען ווען מען ליינט קריאת שמע; דורך דעם קען מען זיך ארויסרייסן פון די טומאה פון די תאוה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.