מכתב יומי

כט תשרי תשפ"ב

October 05 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך; באניי זיך, הייב זיך אויף; עס איז נישט קיין קונץ זיך צו צעקלאפן, עס איז א קונץ זיך אויפצוהייבן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט אין די צייטן פון רבי'ן, עס איז געווען א חשוב'ער איד וואס האט זיך באנוצט מיט קבלה מעשית; דער הייליגער אריז"ל איז זייער שארף מען זאל נישט עוסק זיין אין דעם ווייל מיר זענען טמאי מתים, מיר האבן נישט היינטיגע צייטן די אפר פרה אדומה, ממילא טאר מען זיך נישט באנוצן מיט דעם ווייל מען לייגט זיך אריין אין א סכנה (עיין בספר שערי קדושה לרבי חיים ויטאל זצ"ל, חלק ג' שער ו'). דער איד האט זיך יא באנוצט מיט דעם, ווען חסידים האבן דאס דערציילט פאר זייער רבי האט יענער רבי געזאגט מען זאל אים מאכן א משכנתא, מען זאל אים ארום נעמען מיט א קלייד און אים גוט שלאגן וכו', די חסידים האבן געפאלגט זייער רבי און דער איד איז ממש אראפגעפאלן אין א שרעקליכע עצבות, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא און ער איז ממש נישט געווען ביי זיך. די משפחה האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים, אבער קיינער האט נישט געקענט ארויסנעמען דעם איד פון זיין מרה שחורה, ביז זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי האט זיי געהאלפן, דער רבי האט געזאגט: "א קונץ אראפ צו ווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", דער רבי האט גערעדט מיט אים ביז ער איז ארויס פון זיין מרה שחורה און ער האט צוריק באקומען אלע זיינע מדריגות.


די ווערטער זאגט דער רבי פאר אונז אלע: "עס איז נישט קיין קונץ זיך אראפ צו ווארפן, עס איז א קונץ זיך אויפצוהייבן!" הייב זיך אויף, הייב אן פונדאסניי, דו קענסט נאך ווערן א גרויסער צדיק; אויב דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט זיך מתבודד זיין, רעדן אפאר מינוט יעדן טאג צום אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך, און זאגן תהילים מיט משניות - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינלויפן צו די בחורים; וואס זאל איך דיר זאגן, די ישיבה האט זיך צוריק אנגעהויבן מיט אזא פרישקייט, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זיצן מיט אזעלכע טייערע תלמידים.


בלייב אין שטוב היינט נאכט אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די פרויען שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.