מכתב יומי

א טבת תשע"ח

December 19 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, א' טבת, ב' דר"ח טבת, ז' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז "זאת חנוכה" ווען מיר צינדן דעם לעצטן ליכטל; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין, פרשת וישב, על הפסוק ויהי כמשלוש חדשים וגו'; זרע קודש, ליל ג' דחנוכה, דבור המתחיל "בפסוק") אז דער גמר פון ראש השנה איז היינט נאכט - 'זאת חנוכה'. אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן ראש חודש אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, הושענה רבה, שמיני עצרת, שמחת תורה, איז דער גמר דערפון זאת חנוכה. עס איז זייער א גרויסער טאג, און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, דארפן מיר אויסניצן דעם טאג מיט תורה תפילה און מעשים טובים.


איך בעט דיר מיין טייערער תלמיד ..., האב רחמנות אויף דיר, האב רחמנות אויף דיין ווייב און קינדער. געב אכטונג ווי אזוי דיין ווייב גייט אנגעטון; אויב דו ווילסט האבן הצלחה, דו ווילסט פרנסה, דו ווילסט נחת, דארף מען זיך פירן בצניעות, דו דארפסט רעדן שיין צו דיין ווייב אז זי זאל אכטונג געבן צו גיין אנגעטון בצניעות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מז:): אויב דער מאן זאגט נישט פאר די ווייב אז זי זאל אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, ווערט דאס גערעכנט פאר אים ווי אן עבירה; דער מאן דארף מחזק זיין די ווייב זי זאל גיין אנגעטון צניעות'דיג, פארלאנג נישט פון איר זי זאל זיך אנטון מער קורץ, מער שמאל, מער אויסגעשניטן, ווייל אז מען גייט נישט אנגעטון בצניעות האט מען א ביטערן סוף.


דו דארפסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל זיין שטארק ביי זיך מיט איר צניעות, זי האט זיך אירע נסיונות פון שלעכטע חבר'טעס וואס לאכן אפ פון איר צניעות, דו דארפסט זיין דער וואס שטארקט איר זי זאל גיין אנגעטון איידל. וויי פאר די אינגעלייט וואס ברענען זיך אפ מיט די אייגענע הענט זייער עתיד, מען מוטשעט די פרוי זי זאל זיך אנטון מער פראסט און שטארי.


וויסן זאלסטו, אפילו מען האט מתיר געווען צו גיין א שייטל, דארף מען וויסן אז עס טאר נישט זיין לענגער ווי די אקסל; עס איז א חרפה און א בושה צו זען ווי תלמידים פון מוהרא"ש זאלן אפ לאכן פון צניעות, ווי קענען קומען אינגעלייט זאגן אז מען קען גיין מיט א שייטל ביז דער ערד, וכדומה, בשעת מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור הארץ רייסענדע בריוו פאר פרויען מען זאל גיין אנגעטון בצניעות. איך בעט דיר טייערער ..., זיי מחזק דיין ווייב זי זאל בלייבן מיט איר שיינע ערליכע וועג ווי זי גייט אנגעטון; שלעפ איר נישט אראפ. נאר דו וועסט ליידן שפעטער פון דעם, מען באצאלט נאכדעם א טייערע פרייז.


געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט אן דיינע קינדער; א מאן דארף זאגן פאר די ווייב ווען זי קויפט קליידער פאר זיך אדער פאר די טעכטער אויב עס איז צניעות'דיג. ווען מען קויפט עסן פארשטייט יעדער אז מען פרעגט זיך נאך אויב עס האט א הכשר, אויב מיר עסן דעם הכשר וכו', בפרט ווען מען קויפט פלייש, דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן נאר מיט א גוטע הכשר. אזוי אויך ווען מען קויפט קליידער דארף דער מאן אכטונג געבן אז עס זאל זיין צניעות'דיג. עס איז נישט קיין חילוק ווי קליין די קינדער זענען; פון די דריי יאר דארף מען אכטונג געבן אויף זיי, זיי זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג.


אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אז די האר פון די מיידלעך זאלן זיין צניעות'דיג, נישט לאנג און צעלאזט; עס איז אן עקל צו זען אז אידישע קינדער זאלן גיין מיט לאנגע האר אזוי ווי די שדים און די מזקין גייען. אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן און ער וועט דיר אפהיטן, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תנחומא, נשא, י): "יְבָרֶכְך בְּבָנִים", ער וועט דיר בענטשן מיט זינען, "וְיִשְׁמְרֶך בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; ווייל מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זון. אויב מען געבט נישט אכטונג אויף זיי ווען זיי זענען נאך יונג אז זיי זאלן גיין אנגעטון בצניעות, וועט מען שפעטער וויינען און שרייען.


איך שיק דיר דא א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר דיין ווייב תחי'; געב איר עס איבער נאך היינט, זי זאל עס נאך ליינען פאר זאת חנוכה, כדי זי זאל זיך קענען פארנעמען צו זיין שטארק און שטאלץ מיט איר צניעות. אזוי וועט איר האבן ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן ווייטער גיין אין אירע וועגן.


א פרייליכן חנוכה.


 


לכבוד מרת ... תחי'


היינט נאכט איז זאת חנוכה; אלע צדיקים האבן געזאגט אז זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן זייער גרויסע ישועות. ווער פון אונז דארף נישט קיין ישועה, 'כִּי כָל לֵבָב דְּוָי וְכָל רֹאשׁ לְחֳלִי', יעדנס הארץ איז פארווייטאגט און יעדנס קאפ טוט וויי; אידישע קינדער גיין אריבער זייער אסאך שוועריקייטן, וויפיל אידישע קינדער דארפן רפואות, וויפיל אידישע קינדער ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, פרנסה, נחת, וכו'; היינט זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג, מען קען אלעס פועל'ן.


א פרוי האט א גרויסע אחריות, אויב א פרוי טוט זיך נישט אן צניעות'דיג איז זי גורם אז דעם אייבערשטער זאל ווערן פארטריבן פון איר שטוב. עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועק גיין פון אייך; אויב א פרוי געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג, זאגט דער אייבערשטער 'איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב', און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, אלעס איז דא, אבער אויב די פרוי גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג, טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון איר שטוב.


עס טוט מיר אזוי וויי ווען איך הער צוריק אז פרויען וואס פאררופן זיך תלמידות פון היכל הקודש, תלמידות פון מוהרא"ש - גייען אנגעטון פריצות'דיג. ווי שעמט זיך נישט א פרוי זיך צו פאררופן אויף אזא הייליגע רבי, ווען זי גייט אנגעטון אנקעגן וואס דער רבי האט געזאגט?! ווי מעג א פרוי גיין מיט א לאנגע שייטל וואס גייט אראפ נאכן אקסל?! מוהרא"ש שרייבט קלאר אין 'אשר בנחל' אז א שייטל מעג גיין נאר ביזן אקסל, לענגער פונעם אקסל איז פריצות. מען קען דאס הערן ביי די דרשות וואס מוהרא"ש האט גערעדט צו די פרויען אין יבנאל, יעדע שיעור וואס מוהרא"ש רעדט פון צניעות זאגט מוהרא"ש נאכאמאל און נאכמאל אז א שייטל טאר נישט זיין לענגער פון די אקסל.


יעצט ווען מיר שטייען אין אזא הייליגע טאג, דארפן מיר זיך פארנעמען אז מיר גייען מוסיף זיין קדושה, מוסיף זיין בצניעות; איך פרעג אייך, "ווילט איר גוטע קינדער?" "ווילט איר ערליכע דורות?" קוקט וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען אז פרויען זאלן גיין מיט א שייטל איז נאר כדי זיי זאלן זיך אפשערן וכו', אבער עס טאר נישט זיין לאנג. אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר האבן זוכה געווען צו האבן אין אונזער דור מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט אויף אונז אזוי רחמנות געהאט, ער האט אונז אזוי מקרב געווען וכו', דארפן מיר פאלגן.


א פרוי טאר זיך נישט שמירן די אויגן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סב:) אויפן פסוק (ישעיהו ג, טז): "וּמְשַׂקְּרוֹת עֵינָיִם", אין די צייטן פון בית המקדש פלעגן די פרויען זיך שמירן זייערע אויגן ווען זיי זענען ארויס אויפן גאס, מיט א כוונה צו ציען צו זיך אויפמערקזאמקייט; ישעיהו הנביא האט זיי געווארנט זיי זאלן דאס נישט טון, ווייל עס וועט קומען צרות אויף זיי, "וּבְרַגְלֵיהֶם תְּעַכַּסְנָה", זיי האבן זיך אנגעשמירט מיט א שטארקע פערפיום אז מענטשן זאלן קוקן אויף זיי. האט זיי דער אייבערשטער באשטראפט און זיי זענען געווארן קרעציג, אנשטאט די 'איי ליינער' וואס זיי האבן געלייגט אויף די אויגן, איז ארויס געקומען שרעקליכע פימפעלס, און אנשטאט די גוטע שמעקעדיגע פערפיום, האבן זיי באקומען א שלעכטע גערוך.


מיר זענען אלע תלמידים פון מוהרא"ש, דארפן מיר מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געבעטן א פאר שעה פאר זיין הסתלקות. אין שפיטאל האט מוהרא"ש געשריבן א בריוו פאר אלע פרויען וואס האלטן זיך אלץ זיינע תלמידות, איך ברענג דא אראפ דעם גאנצן בריוו:


שָׁלוֹם רַב צוּ אַלֶע טֵייעֶרֶע פְרוֹיעֶן פוּן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ


אִיךְ גֵיי שׁוֹין אַוֶועק פוּן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ פָארְנֶעמֶען זִיךְ צוּ שְׁטַארְקְן אִין צְנִיעוּת. קוּקְט וואוּ אַ מֶענְטְשׁ קוּמְט אָן צוּם סוֹף, אוּן נֶעמְט אַייךְ פָאר צוּ זַיין צְנִיעוּת'דִיג, אוּן מִיט דֶעם וֶועט אִיר מַאכְן אַ גְרוֹיסְן נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן פַאר מִיר. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס הָאט מִיר גֶעהִיטְן מַיין גַאנְץ לֶעבְּן פוּן דִי אַלֶע וֶועלְכֶע הָאבְּן מִיר גֶעוָואלְט שְׁלֶעכְטְס טוּן, זָאל אַייךְ אוֹיךְ אָפְּהִיטְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס. אִיךְ בֶּעט אַייךְ אַז אִיר זָאלְט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אִין יַבְנְאֵל, אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם, אוּן וָואס אִיר וֶועט בֶּעטְן בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועט אִיר בַּאקוּמֶען פוּן הִימְל.


אִיךְ וואוּנְטְשׁ אַייךְ בְּרָכָה אוּן הַצְלָחָה.


עס גייט מיר ממש אין לעבן אז מיינע תלמידים וואס איך האב זיך מוסר נפש געווען פאר זיי, זאלן אויפשטעלן ערליכע שטובער; פארוואס זאלט איר זוכן ווי מער ארויסצושטארן, פארוואס זאלט איר גיין אנגעטון נישט ווי אן ערליכע אידישע פרוי?! וואס מיינט איר, מען גייט בלייבן דא אויף אייביג? איין טאג וועט מען נפטר ווערן און מען וועט זיך דארפן שטעלן פארן בית דין של מעלה, מען וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך, אויף יעדע קלייד וואס איז נישט געווען צניעות'דיג; איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אנטוהן פון היינט נאר צניעות'דיג, טוט עס פאר זיך, פאר אייער לעבן, פאר אייער געזונט. אז איר ווילט עס נישט טון פאר אייך אליינסט,  טוט עס פאר אייערע קינדער, זיי זאלן זיין ערליך, טוט עס פאר אנדערע אידישע קינדער וואס גייען אריבער שוועריקייטן אז דאס זאל זיין פאר זיין א רפואה און פאר א ישועה.


איין יאר ווען איך בין געווען יום כיפור ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה, האב איך מיט געהאלטן ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר א אינגערמאן אינמיטן דאווענען, ער זאל גיין זאגן זיין ווייב זי זאל ארויס גיין פון שול, זי זאל אהיים גיין זיך אנטון א לענגערע קלייד; יענער אינגערמאן האט זיך באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען מיט זיין ווייב פון היכל הקודש. היינט האט ער נעבעך גארנישט אין זיין לעבן, ווען ער וואלט ווען געפאלגט מוהרא"ש, ער וואלט שיין געזאגט פאר זיין ווייב אז מען קען נישט גיין מיט א קלייד וואס איז קורץ, עס איז נישט שיין וכו', וואלט ער געהאט א לעבן.


צניעות איז נישט א קנס, צניעות איז נישט פרעשור, צניעות ברענגט ארויס דאס שיינקייט פון א איד; א בהמה, א חיה, זיי האבן נישט קיין פרעשור פון צניעות, זיי גייען אויסגעטוהן, אבער א מענטש איז נישט קיין בהמה, און נאר אז מען גייט צניעות'דיג איז מען שיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צד.): "רַבִּי יוֹחָנָן קָרֵי לֵיהּ לְמָאנֵי מְכַבְּדוֹתַי", רבי יוחנן, ווען ער פלעגט בעטן זיין משמש מען זאל אים ברענגען זיינע קליידער, פלעגט ער זאגן, 'ברענג מיר די זאך וואס ברענגט מיר "כבוד"'; ווייל קליידער איז מכבד א מענטש. אז מען גייט אנגעטון צניעות'דיג איז מען שיין, אז מען געבט אכטונג אויף הלכות צניעות איז מען מלא חן.


איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נישט געשטראפט ווערן אז איך זאג נישט פאר מיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן, איך וועל פון היינט מער רעדן פון צניעות.


איך בעט אייך איר זאלט זיך פארנעמען היינט "זאת חנוכה", מוסיף צו זיין קדושה, מוסיף צו זיין צניעות, וועלן ענק זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע דורות וואס וועלן ענק ברענגען נחת. דער אייבערשטער וועט רוען ביי ענק אין שטוב, עס וועט זיין השראת השכינה, עס וועט זיין אלע ברכות, אמן.