מכתב יומי

ב טבת תשע"ח

December 20 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט 'זאת חנוכה' איז זייער א גרויסער טאג; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין פרשת וישב, בשם האריז"ל) אז אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן ראש השנה ווערן נגמר זאת חנוכה. דארפאר זאלסטו זען אויסצוניצן דעם גרויסן טאג בתורה ותפילה; בעט דעם אייבערשטן פאר דיר און פאר דיין משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. אזוי פיל אידישע שטובער זענען צעבראכן און ווארטן אויף א ישועה, ווער ווארט נישט אויף א ישועה; כלל ישראל איז אין א מצב וואס מען דארף זייער אסאך רחמי שמים, מיט אונזערע תפילות וואס מיר בעטן דעם אייבערשטן קענען מיר העלפן אלעמען.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ע): "היתכן מיר לאזן דעם אייבערשטן מאכן גזירות אויף אידישע קינדער, ווען מיר וואלטן ווען מער געבעטן פאר אידישע קינדער וואלטן אלע גזירות בטל געווארן"; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן סיי פאר זיך און סיי פאר אלע אידן, מען דארף טענה'ען מיטן אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע קינדער. וויפיל אידן ליידן נעבעך ביטערע מחלות, וויפיל אידישע פארפעלקער ווארטן אויף קינדער, וויפיל בחורים און מיידלעך ווארטן אויף זייער שידוך, וויפיל אידן דארפן פרנסה, מיר קענען העלפן אלע אידן אז מיר וועלן מתפלל זיין פאר זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פועל'ן אלעס גוטס.