מכתב יומי
ל כסלו תשע"ח
December 18 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הגם איך האב דיר שוין נעכטן געשריבן א בריוו אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיינע קינדער, שפיר איך אז איך דארף דיר נאכאמל מחזק זיין. ווייל ווען מען האט קליינע קינדער כאפט מען נאך נישט וואס חינוך איז, מען מיינט אז דאס איז נישט אזוי וויכטיג, מען טראכט: 'וואס איז דען? זיי זענען נאך קליין, עס איז נישט געפערליך וכו'', אבער שפעטער רייסט מען זיך די האר פון קאפ.
עלטערן מיינען אז מיט דעם וואס מען לאזט קינדער טון וואס זיי ווילן איז מען גוטע עלטערן. עס איז נישט אזוי, נאר פארקערט; אז מען געבט אלעס נאך פאר די קינדער הייסט מען נישט קיין גוטע טאטע מאמע, מיט דעם וואס מען געבט נאך פאר די קינדער אלע זייערע קאפריזן, מיט דעם איז מען נישט קיין רחמנות'דיגע מאמע, אויף דעם איז געזאגט געווארן דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; ווען מען איז נישט מחנך קינדער, איז מען גורם אז זיי זאלן ארויס גיין לתרבות רעה.
מען טאר נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, מאווי, אדער קליפ; א קינד טאר נישט קוקן קיין שום זאך אויפן קאמפיוטער, טעלעפאן, אייפאד, אייפעד וכדומה, א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין, ווי אן ערוואקסענער מענטש - אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען, אדער קליפס וואס היימישע ארגענעזאציעס שטעלן ארויס פאר צוזאמנעמען געלט; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער נישט פאר קינדער. זייער מח קען דאס נישט נעמען, זיי בלייבן פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין, און נאכדעם קומען זיי אין חדר אן א קאפ, די מלמדים זעען גלייך אויף א קינד צי ביי זיי אין שטוב איז דא א קאמפיוטער.
בכלל טאר מען נישט האבן אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען קוקן אויף דעם ווידיאו, מאוויס, קליפס; צענדליגער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו', עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואסערע כלי וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זעען מאוויס, ווייל דאס רייסט אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל.
די אלע וואס מאכן חוזק פון די רבנים וואס האבן דאס גע'אסר'ט, די מאכן חוזק פון זיך אליין; שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות, מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דאס זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיין קאפ: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין; אז א מענטש פאלגט וואס צדיקים זאגן, וואס ערליכע אידן זאגן, טוט ער פאר קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליין, ער וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. און ווען א מענטש מאכט ליצנות פון די ווערטער פון א צדיק - מאכט ער פון זיך ליצנות, נישט פונעם צדיק".
איך האף אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין שטוב, אויף דיינע קינדער, וועסטו זוכה זיין צו שעפן פון זיי אסאך נחת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.