מכתב יומי

א טבת תשע"ט

December 09 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט איז זאת חנוכה; עס ווערט געברענגט אין די הייליגע ספרים אז מען קען פועל'ן גרויסע זאכן אין דעם טאג, בעט איך דיר דו זאלסט היינט אנצינדן די מנורה מיט גרויס שמחה און בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר און פאר אלע אידן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון אונזער ביטערן גלות - די אייגענע גלות, דער גלות היצר, וואס דער יצר הרע רייסט שטיקער פון אידישע קינדער.


ווען דו זאלסט וויסן וואס דו קענסט אויפטון מיט איין שריי צום אייבערשטן וואלסטו זיכער ארויס געזאגט נאך א ווארט און נאך א ווארט צום אייבערשטן, דערפאר בעט איך דיר, יעצט ביי די מנורה זאג ארויס איין ווארט: "טאטע, העלף מיר!!!"


בעט פאר אידישע קינדער; אידישע קינדער גייען אריבער זייער פיל שוועריקייטן, אזויפיל אידישע קינדער ווארטן אויף רפואות, אזויפיל אידישע פארפעלקער ווארטן אויף קינדער, אזויפיל בחורים און מיידלעך ווארטן אויף שידוכים, אזויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, און מיט איין תפילה קען מען אלעמען העלפן; געב א קוויטשע ארויס א ווארט צום אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.