מכתב יומי

ב טבת תשע"ט

December 10 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז זייער א גרויסער טאג; היינט איז דער גמר החתימה. וואונטש איך דיר א ברכה, דער אייבערשטער זאל שענקען שפע ברכה והצלחה פאר דיר, דיין משפחה און פאר אלע אידן.


הגם איך האב דיר שוין אפאר מאל געשריבן וועל איך נאכאמאל פראבירן דיר צו שרייבן כדי דיר צו מחזק זיין דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין לעבן זיך צו היטן די אויגן נישט צו קוקן קיין שמוציגע זאכן. דו ווייסט אוודאי די מעשה אז די צדיקת אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט אמאל געהאלפן דעם רבי'ן פאר פסח מסדר זיין דעם רבינ'ס דירה און איבער דעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, ווייל מען האט איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב. אויפן וואנט האט געהאנגען גאר א טייערער זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבער געדעקט דערמיט דעם זייגער אז די זייגער זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז ס'איז דא אזעלכע שוואכע מוחות, ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך"; פרעג איך דיר טייערער... ני"ו, וואס וואלט דער רבי געזאגט וועגן א סמארטפאן; אויב א פרויען טיכל האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל לייגן אויפן זייגער, ווייל מען קען נכשל ווערן מיט שלעכטע מחשבות, איז דאך זיכער אז דער רבי וואלט ווען געזאגט אז עס איז נישט כדאי צו האבן א סמארטפאון, וואס נעמט אוועק די מח, קאפ און הארץ, און עס גייט אויפן חשבון פון די ווייב און קינדער, און ליידער זענען שוין זייער אסאך אידישע שטובער חרוב געווארן צוליב דעם סמארטפאון.


היינט זאת חנוכה מאך זיך א גוטע החלטה נישט צו האבן א אפענע טעלעפאון וואו מען קען חס ושלום זען עבירות; טו עס פאר דיר און דיין ווייב תחי', טו  עס פארן עתיד פון דיינע קינדערלעך, טו עס פאר אנדערע אידן עס זאל זיין א זכות פאר זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ.): "לעולם יראה אדם עצמו כאילו חציו חייב וחציו זכאי", א מענטש זאל טראכטן אז ער איז האלב גוט און האלב מיט עבירות, "עשה מצוה אחת", - מיט איין מצוה וואס ער טוט איז מען אים דן לכף זכות, "עבר עבירה אחת", און מיט איין עבירה וואס ער טוט איז מען אים דן לכף חוב, "אוי לו שהכריע את עצמו לכף חובה", וויי איז אים אז ער האט זיך צוגעברענגט מען זאל אים דן זיין לכף חוב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ט, יח): "וחוטא אחד יאבד טובה הרבה", צוליב איין עבירה פארלירט ער אלעס גוטס.


עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין די מחלה פון קוקן עבירות; די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים; מען זעט מענטשן ווערן פשוט משוגע פון קוקן שמוץ, עד כדי כך אז מען קען זיצן שעות אויף שעות מיט א טעלעפאון וכו' און קוקן נאך עבירות און נאך עבירות, דאס איז ממש א קראנקהייט וואס מען קען נישט ארויסקריכן פון דעם נאר דורך אסאך תפילה און בכיות צום אייבערשטן; דערפאר זאלסטו היינט 'זאת חנוכה' וויינען צום אייבערשטן אויף דעם, אז ער זאל דיר ראטעווען פון דעם, און ראטעווען דיין ווייב און קינדער און אלע אידן פון שלעכטס.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה דיר צו געבן א וועג ווי אזוי אנצוהייבן בעטן, דער עיקר זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע תפילות און בקשות זיך ארויס רעדן און אויס וויינען צום אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף דיר. טייערער ..., פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס מיט שמוציגע קליפס, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפ פאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך האלט אין איין קוקן שמוץ, און נאכדעם קום איך צו טון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; יעדעס מאל זאג איך אז איך גיי זיין גוט און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אריין אין מיינע שלעכטע מעשים, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו קוקן עבירות אז איך זע נישט א וועג ארויס, נאר די קענסט מיר העלפן, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טון קיין שלעכטס". אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר געבן כח ארויס צו גיין פון אלע שלעכטס.


אין דעם זכות וואס דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו האבן פרנסה בריווח; מוהרא"ש זאגט ווער עס היט זיך די אויגן וועט האבן פרנסה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שין "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – דאס הייסט מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ"- וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


היינט איז א הייליגע טאג, "הַיּוֹם תְּאַמְּצֵנוּ, הַיּוֹם תְּבָרְכֵנוּ, הַיּוֹם תְּגַדְּלֵנוּ", היינט אנטלויף פונעם שטן און ווארף אוועק דיין טעבלעט; פון מענטשן קען מען זיך באהאלטן אבער פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן, "אֱלֹהֵיהֶם שֶׁל אֵלוּ - שֹוֹנֵא זִימָה הוּא", (סנהדרין קו.): דער אייבערשטער האט פיינט ניאוף, דערפאר זאלסטו תשובה טון, דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.


פאלג מיר טייערער ברודער; אנשטאט זיך באהאלטן מיט א טעבלעט, אייפאד, סמארט פאון און קוקן נאכאמאל שמוץ, פרענקס און מיסט, באהאלט זיך און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים: "רבונו של עולם העלף מיר, ראטעווע מיר, איך ווער פארברענט פון קוקן עבירות".


איך שרייב דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער נאך היינט 'זאת חנוכה'.


א ליכטיגן זאת חנוכה.