מכתב יומי

כט כסלו תשע"ט

December 07 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, נר ה' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת; שבת חנוכה איז איינע פון די זמנים וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף די דריי זמנים: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות' וועט געראטעוועט ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו; מיר גלייבן אז דער רבי וועט אונז ראטעווען פון 'עולם התוהו' - אויף יענע וועלט, ווייל אויף די וועלט האט אונז שוין דער רבי געראטעוועט פון 'עולם התוהו'. מען דארף נישט שטארבן צו באקומען דעם עונש פון 'עולם התוהו'; מען קען זיך ארום דרייען דא בזה העולם און זיין תוהו ובוהו, פוסט און וויסט, נישט וויסן פארוואס מען לעבט און וואס מען האט צו טון.


ווען מען איז זוכה צו קומען צום הייליגן רבי'ן הייבט מען אן לעבן; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן און מען הייבט אן רעדן צו אים. יעדע זאך וואס גייט אריבער פארציילט מען פארן אייבערשטן און מען בעט אים ער זאל העלפן; דאס גאנצע לעבן האט גאר אן אנדערע באדייט און דאס הייסט געלעבט.


אבער קיינער איז נישט פארזיכערט אז ער וועט בלייבן ביים רבי'ן; דער יצר הרע האט זייער פיינט דעם רבי'ן און ער וויל אוועק שלעפן יעדן איינציגן מענטש פון רבי'ן. ער מאכט א געשפעט פון רבי'ן, ער ברענגט חשוב'ע מענטשן זאלן אוועק מאכן דעם רבי'ן, פלוצלינג הייבט דער מענטש אן צו באקומען משפחה, מען רעדט אפ וכו' וכו'; דערפאר דארף מען זיך זייער היטן נישט אריין צו גיין אין וויכוחים מיט קיינעם, ווייל דער וואס טענה'ט זיך און הערט אויס ליצנות אויף א צדיק וכו' וכו' וועט דאס אים נאכדעם אינגאנצן אוועק שלעפן וכו'. ליצנות איז אזא הארבע זאך אז אפילו א מענטש הערט צענדליגע דרשות פון יראת שמים און התחזקות און עס קומט א לץ און זאגט א ווערטל קעגן אים וכו' – האט דאס א שטערקערע השפעה אויף אים מער ווי אלע דרשות וואס ער האט געהערט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, "שֶׁאָמַר", וואס ער האט געזאגט: "אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט און וואונדערליכע פארכטיגע סודות, און דאס קליין הענטעלע פארשטעלט אלעס.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום רבי'ן און הערט שיינע עצות און התחזקות ווי אזוי מען קען לעבן א שיינע לעבן און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן - סיי מיט זיך אליין; סיי מיט פרנסה; סיי מיט א ווייב און קינדער, און מיט וואס נישט וכו' וכו'; ווייל דער רבי האט עצות אויף טריט און שריט, אבער – "אוֹי וַאֲבוֹי, הַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", דאס קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס. דאס הייסט אז איינער פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך?" און ווען מען ענטפערט ביים הייליגן רבינ'ס לייט, מאכט יענער מיט די הענט א תנועה פון ביטול און פון דעם האט מען חלישות הדעת וכו'. אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד"; און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "גיוואלד, גיוואלד!"


יעצט שבת חנוכה איז א צייט פון אנטלויפן פון עולם התוהו; קוק אריין אין ספר פעולת הצדיק (סימן תתמו) די גאנצע מעשה באריכות וואס דער רבי האט פארציילט מיטן רב וואס האט געהאט א חבר און זיי האבן צווישן זיך אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף' אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן וועט קומען דערציילן פארן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן און עס איז אריבער געלאפן גאנצע אכט און צוואנציג יאר ביז ער איז געקומען אין חלום צו זיין חבר, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער רב האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן, ער איז נעבעך געווען אין עולם התוהו אכט און צוואנציג יאר; ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט בזה הלשון: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר - 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; א פחד פון א מעשה, א מענטש גייט אוועק מזה העולם און זיין נשמה דריידט זיך אין 'עולם התוהו', ער מיינט אז ער לעבט נאך, דאס איז שרעקליכע יסורים פאר די נשמה.


יעצט איז א צייט פון זיך באנייען אנצוהויבן לעבן א עכטע לעבן און נישט זיין פארנומען מיט דמיונות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין  מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות אויף דעם וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, יעדער מיינט אז ער האט עפעס, ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; דערפאר ווען מען גייט צו א חבורה, א מנהיג אדער א גוטע איד וכו', דארף מען אלץ קוקן צי מען באקומט עפעס אין די האנט, ווייל אויב גייט מען אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט איז א סימן אז מען נארט זיך - דאס איז עולם התוהו. מען דארף זיך מאכן א גוטן חשבון הנפש: 'אפילו דער גוטער איד איז א צדיק, א באהאלטענער צדיק, א ל"ו צדיק, א צדיק וואס פליט אין הימל וכו', אויב קען ער מיר נישט מזכה זיין מיט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו' דאן איז אלעס בלאף; אויב איך הייב נישט אן רעדן מיטן אייבערשטן, איך באקום נישט פון דעם פלאץ שכל ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אדער מכבד זיין מיינע עלטערן וכו'  - איז אלעס נארישקייטן און איך בין אין עולם התוהו'.


דו האסט ברוך ה' א ווייב מיט קינדער - פארברענג מיט זיי; לויף נישט ארויס צו חברים, ענדערש גיי אהיים. די אלע וואס זיצן אין שמועסן מיט חברים - דאס איז עולם התוהו; פאלג דעם רבי'ן וועסטו ניצול ווערן פון עולם התוהו.


ערב שבת חנוכה צינדט מען קודם די מנורה און מען זינגט נישט קיין זמירות ביים צינדן; מען צינדט די ליכט, מען זאגט "הנרות הללו" און גלייך נאכדעם צינדט די ווייב די שבת ליכט.


א פרייליכן שבת, א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.