מכתב יומי
א טבת תשפ
December 29 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נעכטן מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האבן מיר געהערט די שרעקליכע נייעס אז א רוצח איז אריין געקומען צו א רב אין שטוב אין מאנסי און געשטאכן אפאר אידן, דער אייבערשטער זאל זיי אויסהיילן מיט א גאנצע רפואה. ווען איך האב געעפנט דעם ספר אשר בנחל (חלק קע"ו) - צו דערציילן מעשיות פון צדיקים האט זיך דאס געעפנט פונקט ביי מכתב מ"ו אלפים תרכ"ד, וואו מוהרא"ש דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט אין די צייטן פון הייליגן רבי ישכר דוב פון בעלזא זכותו יגן עלינו, עס האט פאסירט דעמאלט א שרעקליכע מעשה אין די שטאט היבנוב, צוויי שניידערס האבן זיך געקריגט און די מחלוקת איז געווארן שטערקער און שטערקער ביז איין שניידער האט גע'הרג'ט דעם צווייטן שניידער, פונקט דעמאלט איז דער הייליגער בעלזער רב זי"ע דורך געפארן אין יענעם געגנט. ווען ער איז דורך געפארן די שטאט ראווע האט ער זיך אפגעשטעלט און עס זענען זיך צוזאמגעלאפן א גרויסע עולם צו נעמען שלום פון דעם גרויסן צדיק, האט דער בעלזער רב געזאגט אז ער וויל נישט געבן שלום פאר די מענטשן וואס וואוינען אין שטאט היבנוב, קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צוצוקומען צו אים; דער עולם, הערנדיג דאס, האט געהאט טענות: 'וואס זענען מיר שולדיג, איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף? אז א שניידער האט געווארפן א מעסער אויף א צווייטן שניידער און אים גע'הרג'ט, וואס האט דאס מיט אונז?' האט דער הייליגער בעלזער רב זי"ע געזאגט: "ווען חסידים שטעכן זיך איינער דעם צווייטן מיט'ן מויל דעמאלט קען פאסירן אזא זאך אז א שניידער זאל ווארפן א מעסער אויף א צווייטן"; מוהרא"ש שרייבט דארט אינעם בריוו: "איך בעט אייך זייער, געבט אכטונג נישט צו שטעכן אנדערע; נוצט נישט דעם מויל צו וויי טון א צווייטן, נאר צו מחזק זיין אנדערע".
מיר האבן פונקט געשמועסט פאר דעם ביי מלוה מלכה פון די סגולה פון עפענען דעם ספר אשר בנחל און באקומען תירוצים; ווען מען האט א שאלה, ווען מען האט א ספק זאל מען עפענען דעם ספר וועט מען באקומען א קלארע תשובה, און אזוי ווי מיר רעדן פון די שרעקליכע מעשה עפנט זיך מיר דעם בריוו און איך זע ווי מוהרא"ש זאגט מיר קלאר אויף וואס מיר דארפן תשובה טון; מיר זאלן זיך נישט שטעכן איינער מיט'ן צווייטן, און אז מיר וועלן רעדן איינער מיטן צווייטן שיין און איידל וועלן מיר זען גרויסע ניסים.
מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל דעם סיפור אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריין געברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן", אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך בעט אין זיין תפילה (תפילה קודם התפילה): "תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם", רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס ביי א צווייטן, איך זאל נישט זען יענעמ'ס פעלערן, "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, "וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שִׂנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", און איך זאל נישט פיינט האבן א צווייטן; "דאס האב איך אריין געברענגט ביי מיינע תלמידים, דעריבער זעט מען ביי אונז גרויסע מופתים".
היינט נאכט איז דער גמר החתימה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט יאר מיט אלעס גוטס.
א פרייליכן חנוכה און א גוט קוויטל.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט נאכט זאת חנוכה איז דער גמר החתימה; עס ווערט געברענגט אין די הייליגע ספרים אז מען קען פועל'ן גרויסע זאכן אין דעם טאג, אבער איך מוז דיר זאגן אז דו דארפסט איבערבעטן דיין ווייב; אמת, דו האלסט אז דו ביסט גערעכט און זי דארף דיר איבער בעטן, אבער מען קען נישט קוקן אויף ווער עס איז גערעכט, מען דארף דא ניצן שכל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אזוי פירט זיך דער אייבערשטער צוריק צום מענטש, און נאך פיל מער ביי א גוטע זאך; אז דו וועסט ארויסגיין פון דיין וועג, דו וועסט איבערבעטן און זיך לאזן איבער בעטן וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דיר געבן א גוט געבענטשט יאר.
ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז שכל ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן אין לעבן. דער רבי לערנט אונז אויס מידות טובות און אז מיר זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מיר פירן זיך, דער רבי לערנט אונז אויס דרך ארץ ווי אזוי צו רעדן אין שטוב, ווי אזוי צו רעדן מיט די עלטערן און מיט יעדן איינעם, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר", אשרינו מה טוב חלקינו.
א פרייליכן חנוכה, א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל.