מכתב יומי
כז כסלו תשפ
December 25 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זיי פרייליך מיט דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, קוק נישט אויף וואס עס פעלט דיר; איך זאג דיר אז אויב דו וועסט קוקן אויף דאס גוטס וועסטו זען אז עס איז בכלל נישט דא קיין שלעכטס, אלעס וועט דיר זיין גוט.
דער הייליגער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד); אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז פרייליך – דעמאלט ווערט מען פטור פון אלע שלעכטס און מען גייט ארויס פון די גיהנום, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד: "אז דו וועסט טאנצן יעדן טאג, וועסטו נישט אנקומען אין גיהנום".
טייערער ברודער, הארציגער חבר, א שאד אז דו נעמסט נישט דעם רבינ'ס עצות בתמימות; א שאד אז דו ווילסט נישט פאלגן, דו האלסט זיך קלוגער וכו'. מיר האבן א רבי וואס ער קען יעדן איינעם העלפן, אפילו א משוגע'נעם קען מען העלפן; דער פראבלעם איז נאר, אז דער משוגע'נער האלט אז ער איז נארמאל און דער דאקטער איז גאר משוגע. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט דעם אמת'ן חכם און דעם אמת'ן צדיק, ווען דער מענטש וואס איז פול מיט שגיונות וואלט געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע; יעדער מענטש האלט פון זיך, ער האלט אז ער איז דער קלוגסטער און געלונגענסטער מענטש וכו' וכו', אויב האט ער נישט קיין ביטול צו א צדיק און צו אן אמת'ן חכם וועט ער אינגאנצן פארפירט ווערן.
האסט שוין גענוג געבלאנזשעט, יעצט איז צייט אנצוהייבן לעבן א גוט לעבן; נעם דעם רבי'ן פאר דיין וועג ווייזער אין לעבן, גיי נישט אליינס, פארלאז זיך נישט אויף דיין אייגענע וכו', א מענטש וואס גייט אליינס איז אין א גרויסע סכנה. אסאך מאל מאכט דער יצר הרע אז א מענטש זאל זיך פירן גוט און פיין פאר א לאנגע צייט, נאר ווייל ער וויל אים איינרעדן אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין א פלאנטער און דער מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער.
א ליכטיגן חנוכה.