מכתב יומי

ב טבת תשפ

December 30 2019

[די פרויען בריוו און די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער טייערער ליבער חבר, היינט זאת חנוכה איז א טאג וואס מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך שטארקן אויף דיינע נסיונות און אפמאכן די גוטע אפמאך אפצולאזן אלע עבירות, פארמאכן אלע טירן פון עבירות און אראפגיין פון סאשעל מידיע וכו' וכו'; ווארף אוועק דיין טעבלעט וואס דו קוקסט דערויף מאוויס שטילערהייט.


היינט איז א טאג וואס מען שרייבט אפ פרנסה פאר דיר און דיין משפחה; מוהרא"ש זאגט אז מען היט די אויגן האט מען פרנסה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – דאס הייסט מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער ..., קער זיך צוריק צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ווארט אויף דיר, דו קענסט אין איין מינוט זוכה זיין אנצוקומען ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביז'ן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ – ביז'ן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הייב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפען, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ און רייסט זיך ארויס פון דארט, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


איך האף אז דו וועסט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, איך בעט יעדן טאג פאר דיר און פאר אלע תלמידים זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


זאלסט האבן א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


היינט זאת חנוכה איז א גרויסע טאג, היינט קען מען פועל'ן ביים אייבערשטן גרויסע ניסים, בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך פאר אייער מאן און בעיקר פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליכע אידן וועט איר זוכה זיין צו קינדער צדיקים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


בפרט היינטיגע טעג וואס עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, פון יעדע שטוב זעט מען קינדער וואס גייען אוועק פון אידיש'ן וועג, עס כאפט א פחד און א שרעק צו זען ווי פון די שענסטע און בעסטע משפחות פאלן אוועק קינדער, בחורים דרייען זיך מיט טעלעפאונס וואס איז אפן צו אלע עבירות, מען קוקט אויף דעם עבירות, מיידלעך ווארפן אראפ פון זיך צניעות, זיי גייען אנגעטון נישט איידל השם ישמרינו, דארפן מיר וויינען און בעטן און שרייען צום אייבערשטן פאר אונזערע דורות זיי זאלן בלייבן אויפ'ן דרך התורה.


היינט זאת חנוכה איז א טאג וואס מען קען פועל'ן ישועות, אבער מיר דארפן מאכן א כלי צו קענען נעמען די ברכות און ישועות פונעם אייבערשטן, א מענטש בעט דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן, דער אייבערשטער וויל אים העלפן אבער ער האט נישט קיין כלי צו קענען נעמען די ברכות און ישועות. דאס איז אזוי ווי א מענטש קומט בעטן ער וויל טרינקען ער איז דורשטעריג, אבער אז ער האט נישט קיין כלי קען מען אים נישט געבן קיין טרינקען, וואס איז די כלי? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך שלום; שלום איז די כלי וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז, אז מען לעבט בשלום האט מען א כלי לקבל אלע ברכות, אז מען בעט זיך איבער מען געבט נאך, מען איז מוותר מאכט מען זיך א גרויסע כלי מען קען נעמען אן א שיעור ברכות און ישועות פונעם אייבערשטן.


וואס מיינט שלום? זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים פון פייער און די מלאכים פון וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים - כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען.


זעט מען וואס מיינט שלום, מען איז מחבר צוויי פארקערטע זאכן; יעדער מענטש האט זיינע נאטורן, זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, קיינער טראכט נישט ווי דער צווייטער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לח.): "לְהַגִּיד גְּדוּלָּתוֹ שֶׁל מֶלֶך מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, שֶׁאָדָם טוֹבֵעַ כַּמָּה מַטְבְּעוֹת בְּחוֹתָם אֶחָד וְכוּלָּן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא טוֹבֵעַ כָּל אָדָם בְּחוֹתָמוֹ שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן וְאֵין אֶחָד מֵהֶן דּוֹמֶה לַחֲבֵירוֹ", ווען א מענטש מאכט א זאך, קען ער מאכן א פארעם דערפון און נוצן דעם פארעם נאכצומאכן די זעלבע זאך און אלעס וואס ער מאכט מיט דעם פארעם זעט אויס די זעלבע, אבער דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור מענטשן אויף דער וועלט, אלע זעען אויס ווי אדם הראשון אבער קיין איינער זעט נישט אויס גענוי ווי דער אנדערער און זיכער טראכט נישט איינער ווי דער צווייטער.


בעט איך אייך זייער, מאכטס אייך א כלי צו קענען נעמען די ברכות פונעם אייבערשטן, לעבטס בשלום מיט אייער מאן, אפילו ער האט פארקערטע נאטורן פון אייך, ער איז פייער און איר זענט וואסער, אדער פארקערט – איר זענט פייער און ער איז וואסער, שלום איז ווען עס איז דא צוויי פארקערטע מענטשן מיט פארקערטע נאטורן אבער ביידע ווילן איין זאך, ביידע ווילן טון דעם רצון השם, אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


איר זאלט זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זע צו לערנען אסאך שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; דיין גאנצע לעבן זאל דיר זיין מיט'ן רבי'ן און וואס דו וועסט טון זאלסטו לעבן מיט רבי'ן.


מוהרא"ש האט דערציילט פונעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, אז מען האט אים אמאל געפרעגט וויפיל תלמידים ער האט, האט ער אנגעהויבן ציילן: "איינס, צוויי", און אויסגערעכנט די נעמען ביז דרייצן תלמידים, האט מען אים געפרעגט: "עד כאן? דער רבי האט דאך טויזנטער תלמידים?!" האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געזאגט: "א תלמיד איז איינער וואס לערנט מיט זיין רבי, עסט מיט זיין רבי, שלאפט מיט זיין רבי, גייט מיט זיין רבי און שפאצירט מיט זיין רבי; אלעס וואס ער טוט טוט ער מיט זיין רבי, איך האב דרייצן תלמידים וואס זייער גאנצע לעבן איז געקניפט און געבינדן מיט מיר".


דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי כיתות פון מענטשן וואס קומען צו מיר, איין כיתה וואס האבן ליב מיין תורה, איין כיתה וואס קומען עסן קויליטש און א דריטע כיתה וואס איך בין איינגעקריצט ביי זיי אין הארצן".


בנוגע "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס"; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען מיט דיין משפחה, און אז דו שפירסט נישט באקוועם וכו' זאלסטו טון ווי אזוי דו פארשטייסט; איך וועל דיר ווייטער מחזק זיין אין אלע דיינע מצבים.